װיקיפּעדיע:זיי דרייסט אין פארבעסערן ארטיקלן
From Wikipedia, the free encyclopedia
די וויקיפעדיע געמיינדע ראט פאר די באניצערס צו זיין דרייסט ווען מען ענדערט ארטיקלען. וויקיס טוען זיך אסאך שנעלער אנטוויקלען ווען מענטשן פאררעכטן פראבלעמען, לייגן צו פאקטן, מאכן זיכער אז די שפראך איז קלאר און ריכטיג א.א.וו. מיר רעכענען זיך אז מענטשן וועלן זיין דרייסט. עס איז גוט אזוי. אמת, עס פארלאנגט זיך א מאס איידלקייט, אבער עס ארבעט. פארזוכט עס אליין.
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. |
אויב האט איינער געשריבן א נישט גוטן ארטיקל, א שטומף, א וויצלדיגן ארטיקל, אדער סתם שטותים, זארגט נישט אז מיטן פארענדערן וועט איר יענעם באליידיגן. פאררעכט און פארבעסערט; אויב עס איז געשריבן הוילע שטותים דאן מעקט עס אויס. דאס מיינט א וויקי.
איר דארפט געדענקען אוודאי אז יענער קען טאן דאס זעלבע, דרייסט און אן רחמנות ענדערן און פאררעכטן אייער ארבעט. נעמט עס נישט פערזענליך. זיי, אזוי ווי מיר אלע, ווילן נאר מאכן די וויקיפעדיע דאס בעסטע וואס עס קען זיין.