װיקיפּעדיע:וואנדאליזם
From Wikipedia, the free encyclopedia
וואנדאליזם איז יעדן צוגאב, מעקעכץ, אדער ענדערונג אין דעם תוכן פון וויקיפעדיע וואס איז געמאכט מיט א בייזוויליגע כוונה צו רעדוצירן דעם קוואליטעט פון דעם ענציקלאפעדיע. די מערסטע סארט וואנדאליזם אויף אלגעמיינע וויקיפעדיעס איז דאס טוישן פון עקזיסטירנדע תוכן אויף דברי נבלה, אפמעקן דעם גאנצן בלאט, אדער אריינלייגן שלעכטע וויצן אדער אנדערע נארישקייטן. אויף די אידישע וויקיפעדיע זענען אזעלכע געשעענישן א מינדערהייט, און וואנדאליזם געפינט זיך געווענליך אין אירע שוואכערע פארמען (זעה אונטען די ליסטע פון סארטן וואנדאליזם).
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
אן ענדערונג וואס איז געמאכט מיט א גוטע כוונה צו פארבעסערן דעם ענציקלאפעדיע, אפילו אויב עס נישט ריכטיג אדער נישט גוט איבערגעטראכט, הייסט דאס נישט וואנדאליזם. ווארשיינליכע בייזוויליגע ענדערונגען, וואס זייער בייזוויליגקייט זעט זיך נישט ארויס בפירוש אן קיין ספק, הייסט אויך נישט קיין וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע. ווייל דאס גייט נישט אריין אין כלל פון בכוונה און במזיד. פארשטייט זיך, אז אנדערע באנוצער זענען אויפגעפאדערט צו ווארענען שטענדיק ווען אימער ס'איז דא אזא פארדאכט.