װיקיפּעדיע:פאליסיס און אנווייזונגען
From Wikipedia, the free encyclopedia
לוא־פעלער אין יחידה:תבנית_מידע, שורה 265: attempt to call field 'wrapReport' (a nil value).
![]() |
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
פאליסיס |
---|
פרינציפן |
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמענארבעט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |
די וויקיפעדיע ענציקלאפעדיעס האבן זיך ערוואנדן א זאמלונג פון פאליסיס און אנווייזונגען וואס האבן ארויסגעהאלפן במשך די יארן אויף צו דערגרייכן דעם איינציגן געאיינזאמער ציל:
- אונזער ציל מיט וויקיפעדיע איז צו שאפן א פרייע ענציקלאפעדיע. דערפאר טרעפט זיך אפט אויף וויקיפעדיע אז די פאליסיס אליין ווערן דורכגעשמועסט און דעבאטירט אויף די רעדן בלעטער. איעדער איז געלאדענט זיך צו באטייליגן.
באמערקונג אויף די פאליסיס פון די יידישע ענציקלאפעדיע: דאס רוב פאליסיס און אנווייזונגען זענען באזירט אויף די ענגלישע וויקיפעדיע, אחוץ פון עטליכע אויסנאמען. דאס איבערברענגען די אלע פאליסיס איז א לאנגע און שווערע ארבעט -- און איר זענט געלאדנט אין דעם צו העלפן. אין פאל ווי עס איז נישטא קיין קלארע פאליסי אין די יידישע וויקיפעדיע דארף מען זיך פירן ווי די פון די ענגלישע און די העברעאישע.
כאטש מיר פרובירן צו רעספעקטירן דעם געמיינזאמען מיינונג איז וויקיפעדיע נישט קיין דעמאקראטיע. צומאל ווערט עס אנגעפירט נישט לויט די אנגענומענע כללים.
דאך, אין כלל, א באנוצער וואס באווייזט א גוטע כוונה, ווייסט ציוויליטעט, זוכט דעם געמיינזאמען מיינונג, און ארבעט צו דערגרייכן א גוטע און הילפסבארע ענציקלאפעדיע וועט זיך אנטרעפן מיט א ווארימע און געמיינזאמע אטמאספערע. וויקיפעדיע טוט שטארק אנערקענען די שטרעבונגען וואס טוען יעדן צוהעלפן.