װיקיפּעדיע:קאנסענסוס
From Wikipedia, the free encyclopedia
די פראצעדורע אין וויקיפעדיע איז אז איינער שרייבט אן ארטיקל און א צווייטער טוט פאררעכטן אדער צולייגן צום ארטיקל א.א.וו. במילא איז דער ארטיקל א קאנסענסוס פון אלע באניצערס וואס האבן אים רעדאקטירט. דאס איז א נאטירלעכער ארויסקום פון שרייבן אין וויקיפעדיע.
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
פאליסיס |
---|
פרינציפן |
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמענארבעט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |
וויקיפעדיע איז נישט קיין דעמאקראטיע געזעלשאפט. אבער דאך זענען מיר יא א דעמאקראטישע ענציקלאפידיע.
דאס הייסט מיר זיכן קודם צו אפמאכן און אנעמען באשלוסן מיט א קאנסענסוס פראצעדור, אז אלע מיטגלידער האבן דער זעלבער זכות גלייך צו מחליט זיין וועגן וויקיפעדיעס דורכפירונגען, אפילו דער מיעוט. ווען עס איז דא א מיינונגס פארשידעהייט וויאזוי צו טאן פרובירט מען אייביג מאכן א פשרה. אויב מ'קען זיך נישט אויסקומען צו א פשרה וועגן וועלכער ענין ס'זאל נאר נישט זיין, פירט מען דורך וואלן פאשטייט זיך נאר נאכן געהעריג זיך דורכרעדן און זיך פריווען קומען צו א קאנסענסוס, וואס יעדער וויקיפעד קען דאן שטימען.