װיקיפּעדיע:ארטיקל באשיצונג
From Wikipedia, the free encyclopedia
אדמיניסטראטורן האבן די מעגליכקייט צו פארשפארן און צו באשיצען ארטיקלן ווען עס פעלט זיך אויס, סיי צוליב נאכאנאנדיג עדיט מלחמות אדער סתם וואנדאליזם.
![]() |
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
וויבאלד די אקציע איז ווי א סתירה צום מיינונג פון א אפענע וויקיפעדיע, טאר דאס נישט געטאן ווערן לייכט, און אפילו דאס פעלט זיך אויס ליגט אן אחריות אויפן סיסאפ דאס צוריק עפענען צום ערשטן געלעגנהייט ווען עס שטילט זיך איין די פראבלעם.
ווען מען פארשפארט מוז מען דאס פארשפארן אין דעם לעצטן, נישט וואנדאליזירטן, ווערסיע. נישט צוריקדרייען צו א ווערסיע וואס איז אן אנדערן'ס מיינונג פו א עדיט מלחמה. - ווייל טאמער יא, נעמט איר א שטעלונג אין די עדיט וואר און דאן טארט איר שוין נישט פארשפארן דעם ארטיקל.
ווען מען פארשליסט אן ארטיקל מוז מען דאס איינמעלדן פאר יעדן דורך ארויפלייגן אדער א פולער באשיצונג {{פולער באשיצונג}}
![10](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/2/2b/Exquisite-encrypted.png)
דער ארטיקל איז אצינד באשיצט פון וועגן איבערג'חזרטע פארשטערענע ענעדערונגען.
איר קענט אויסארבעטן דעם ארטיקל אין זיין רעדן-בלאַט, און מיר וועלן דאס אקטואליזירן אינעם ארטיקל.
אדער א {{טיילווייזע באשיצונג}}
![]() |
צוליב לעצטיגע וואַנדאַליזם איז דער אַרטיקל אַצינד צייטווייליג פֿאַרשלאָסן פֿאַר נישט אײַנגעשריבענע, אָדער נײַע באַניצער. איר קענט דערווײַל אויסאַרבעטן דעם אַרטיקל אין זיין רעדן-בלאַט, און אַנדערע איינגעשריבענע באַניצער וועלן דאָס אַקטואַליזירן. אדער טוט אייך שוין איינשרייבן און ווארט 4 טאג. |