װיקיפּעדיע:נייטראל
From Wikipedia, the free encyclopedia
וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע און דערפאר מוזן די ארטיקלען ווערן געשריבן נייטראליש אָן אייגענע מיינונגען מיט א ציל צו איבערצייגן אדער אויפווייזן.
- איבערצייגן - נישט שרייבן איבערצייגונגענע אידיאמען, ווי צב"ש "עס לוינט", "ביטע" אד"ג.
- אויפווייזן - א טעמע וואס האט אין זיך עטליכע צדדים, טאר מען איר נישט שרייבן איינזייטיק, מען מוז ארויפבריינגען ביידע צדדים.
- נישט רעדן פון זיך אליינס אדער רעדן פריוואט צו א צווייטן. ווי צב"ש נישט שרייבן אין ארטיקל "פורים": "אין דער טאג בין איך זייער פרייליך" אד"ג.
- נישט נוצן אויסרופס-ווערטער ווי "אוי וויי איז מיר", "וואו!", "קיינעהארע" "א מחיה" אד"ג
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
נאך אינפארמאציע פאליסיס ...
פאליסיס |
---|
פרינציפן |
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמענארבעט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |
פארמאכן