בעלגיע
From Wikipedia, the free encyclopedia
בעלגיע אדער דאס קעניגרייך פון בעלגיע (אין פלעמיש: België; פראנצויזיש: Belgique; דייטש: Belgien) איז אַ לאַנד אין צפון-מערב אײראָפּע, דאס לאנד האט א פעדעראלע צאמ-שטעלונג פון דריי געגענטער: פלאנדערן, וואלאניע, בריסעל. דער לאנד הויפט איז דער קעניג פיליפ דער ערשטער. די אפיציעלע שפראכן זענען פלעמיש, פראנצויזיש און דייטש. דאס לאנד גרענעצט זיך מיט האלאנד פון צפון, דייטשלאנד און לוקסעמבורג ביי מזרח און פראנקרייך ביי דרום, און ליגט ביי דעם צפון ים אויף מערב. בעלגיע האט א שטח פון 30,528 קוואדראט ק"מ (11,787 קוואדראט מייל). די הױפּטשטאָט איז בריסעל.
בעלגיע | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: די בראבאנקאן | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | פלעמיש, פראנצויזיש און דייטש | ||||
הויפּטשטאָט | בריסל | ||||
רעגירונג | קעניגרייך (דעמאקראטיע) | ||||
קעניג פּרעמיער מיניסטער |
פיליפ דער ערשטער סאפי ווילמעס | ||||
גרינדונג דאַטום |
4טן אקטאבער 1830 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
30,528 קוואַדראַט ק"מ 140טע 6.2% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
10,423,493 79טע 33 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | מיליאן $381 (30סט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צײַט זאָנע | 1 +UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | be. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 32+ | ||||
בעלגיע האט א באפעלקערונג פון בערך 10.4 מיליאן (יולי 2010).
בעלגיע איז געווען א גרונטמיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און איז דער גאסטגעבער פון זיין הויפטקווארטיר.