צפון ים
ים / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער צפון ים איז א ים וואס גרעניצט זיך מיט גרויסבריטאניע (סקאטלאנד און ענגלאנד) צו מערב, מיט פראנקרייך, בעלגיע, האלאנד און דייטשלאנד צו דרום און מיט דענמארק און נארוועגיע צו מזרח.
ער איז באהאפטן צום אטלאנטישן אקעאן דורכן נארוועגישן ים אין צפון און מיט דעם ענגלישן קאנאל אין דרום דורך דעם דורכגאס פון דאווער, וואס איז איינער פון די מערסט באשעפֿטיגסטע ימען מיט שיפֿן אין דער וועלט. דער סקאַגעראַק באהעפט דעם צפון ים מיטן באלטישן ים.
דער צפון ים האט א וויכטיקן פֿישעריי.
דער צפון ים איז באוויליקט מיט פיל גאז און נאפט וואס די אייראפעאישע לענדער איבערהויפט נארוועגיע שעפן פון אים.
דער העלגאלאנד ארכיפעלאג געפינט זיך אין צפון ים.