האלאנד
From Wikipedia, the free encyclopedia
האָלאַנד (האלענדיש: Nederland) איז אַ קליין לאַנד אין אײראָפּע, מיט א באפעלקערונג פון ווייניקער ווי 18 מיליאן. עס גרעניצט זיך מיט דעם צפון ים צום צפון און מערב, בעלגיע צו דרום און דייטשלאנד צו מזרח. האלאנד איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד. די הויפט שפראך אין האלאנד איז האלענדיש, אבער אין צפון פון לאנד רעדט מען אויך פריזיש. אן איינוואוינער פון האלאנד איז א "האלענדער".
האלאנד Nederland | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: Het Wilhelmus.ogg | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | האלענדיש | ||||
הויפּטשטאָט | אמסטערדאם 52°22′N 4°53′E | ||||
רעגירונג | |||||
מאנארך פּרעמיער מיניסטער |
קעניגג ווילעם אלעקסאנדער | ||||
אומאפהענגיקייט - פון שפאניע |
26סטן יולי 1581 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
41,543 קוואַדראַט ק"מ 134סט 18.41 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
16,912,640 63סט 407 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $818.249 ביליאן (27סט) | ||||
וואַלוטע | איירא EUR | ||||
צײַט זאָנע | UTC+1 | ||||
אינטערנעט דאָמען | nl. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 31+ | ||||
די גרעסטע שטעט אין האלאנד זענען אמסטערדאם, דען האג און ראטערדאם. אַמסטערדאַם איז די הױפּטשטאָט. די רעגירונג און פארלאמענט זיצן אין דען האג. דער פארט פון ראטערדאם איז דער גרעסטער פארט אין אייראפע–אזוי גרויס ווי די נעקסט דריי גרעסטע צוזאמען.
די הויפט טייכן אין האלאנד זענען דער ריין, דער וואַל און דער מאָז.
האלאנד איז זייער א פלאך לאנד; נאר 50% פונעם לאנד איז מער ווי איין מעטער איבער דם ים־פלאך. אומגעפער 17% פונעם שטח פון לאנד איז פריער געווען וואסער (ים און אזערעס) און מענטשן האבן געמאכט דארט א יבשה.
האלאנד האט גאר א גרויסע באפעלקערונג ענגקייט פון 406 מענטשן א ק"מ2. האלאנד איז דער וועלטס צווייטער גרעסטער עקספארטירער פון עסן און לאנדווירטשאפט פראדוקטן, נאך די פאראייניגטע שטאטן, א דאנק וואס זיין ערד איז גוט פרוכפערדיק און דאס לאנד האט א צארטן קלימאט.
האלאנד איז איינע פון די ערשטע לענדער אין דער וועלט צו האבן א געוויילטן פארלאמענט; זייט 1848 איז זיין רעגירונג א פארלאמענטארע דעמאקראטיע און א קאנסטיטוצאנעלע מאנארכיע. האלאנד ווערט גערעכנט א גאנץ ליבעראל לאנד.
האלאנד איז א גרינדער מיטגליד אין די אייראפעישער פארבאנד, אייראזאנע, G-10, נאטא, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג און וועלט האנדל ארגאניזאציע. פינף אינטערנאציאנאליע געריכטן זענען פלאצירט אין האלאנד, ווי אויך די אייראפעישע קרימינעל אינטעליגענץ אגענטור אייראפאל. האלאנד געהערט צו דער שענגען זאנע.
האלאנד האט א מארק־באזירט געמישטע עקאנאמיע, און ראנגירט 17ט צווישן 177 לענדער לויטן אינדעקס פון עקאנאמישער פרייהייט.