איירא
From Wikipedia, the free encyclopedia
די איירא (סימבאל: € ; באנק קאד: EUR) איז די אפיצעילע וואלוטע זייט 2002 פון דער אייראזאנע, וואס איז כולל היינט 20 לענדער (איטאליע, אירלאנד, בעלגיע, גריכנלאנד, דייטשלאנד, האלאנד, לוקסעמבורג, ליטע, לעטלאנד, מאלטא, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, עסטרייך, פארטוגאל, פינלאנד, פראנקרייך, ציפערן, ליטע, קראאטיע און שפאניע) פון די 27 לענדער אין דעם אייראפעישן פארבאנד. יעדע איירא ווערט צעטיילט אויף 100 צענט.
זי איז די וואלוטע פון 334,000 מענטשן אין דער אייראזאנע און אין פינף אנדערע לענדער וואס ניצן די איירא. ליטע האט אדאפטירט די איירא ווי איר אפיציעלע וואלוטע אנשטאט דעם ליטאס דעם 1טן יאנואר 2015.
די איירא איז די צווייטע גרעסטע זאפאס וואלוטע, ווי אויך די צווייטע מערסט־געהאנדלטע וואלוטע, נאכן אמעריקאנער דאלאר. אום נאוועמבער 2013 איז געווען אין צירקולאציע העכער פון €951 ביליאן, די גרעסטע ווערט פון א וואלוטע אין צירקולאציע אין דער גארער וועלט.
די איירא ווערט אדמיניסטרירט פון דעם אייראפעישן צענטראלבאנק באזירט אין פראנקפורט, אן אומאפהענגיקער צענטראלבאנק וואס אליין האט די רעכט צו באשטימען די געלטפאליטיק. צוזאמען מיט די צענטראלבענק פון די מיטגלידער שטאטן דרוקט מען און פארשפרייט מען די באנקנאטן און מטבעות.
ס'זענען פאראן זיבן באנקנאטן: €5 (גרא), €10 (רויט), €20 (בלוי), €50 (אראנזש), €100 (גרין), €200 (געל) און €500 (פורפור). ס'איז אויך אכט פארשידענע מטבעות: €0.01, €0.02, €0.05, €0.10, €0.20, €0.50, €1, €2.
דעם נאמען איירא האט מען אדאפטירט אפיציעל דעם 16טן דעצעמבער 1995.