שפאניע
From Wikipedia, the free encyclopedia
שפּאַניע (שפּאַניש: España עספאַניאַ) איז א לאנד אין דרום־מערב אײראָפּע אויפן איבערישן האלבאינזל. צו מזרח און דרום ביי בארצעלאנע האט זי א בארטן אויפן מיטלענדישן ים א חוץ א קורצן גרענעץ צו דרום מיט דער בריטישער אויסלענדישער טעריטאריע פון גיבראלטאר. פון צפון האט שפאניע א גרענעץ מיט פראנקרייך און אנדארע, און פון מערב מיט פארטוגאל און מיטן אטלאנטישן אקעאן. די טעריטאריע פון שפאניע נעמט איין די באלעארישע אינזלען אינעם מיטלענדישן ים, לעבן דעם מזרח בארטן פונעם האלבאינזל, און די קאנארישע אינזלען אינעם אטלאנטישן אקעאן, לעבן דעם בארטן פון אפריקע.
קעניגרייך פון שפאַניע Reino de España | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: "Marcha Real" קעניגלעכער מארש | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | שפאניש | ||||
הויפּטשטאָט | מאדריד 40°26′N 3°42′W | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע דעמאקראטיע און קאנצטיטוצאנאלע מאנארכיע | ||||
קעניג פּרעמיער מיניסטער |
פעליפע דער זעקסטער פעדרא סאנטשעז | ||||
גרינדונג דאַטום |
15טער יארהונדערט | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
504,030 קוואַדראַט ק"מ 51סט 1.04% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
45,989,016 27סט 91.2 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.360 טריליאן (14ט) | ||||
וואַלוטע | איירא | ||||
צײַט זאָנע | צענטראלע אייראפעישע צייט | ||||
אינטערנעט דאָמען | es. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 34+ | ||||
שפאניע איז אַ מיטגליד לאַנד פונעם אייראפעישן פארבאנד. איר הױפּטשטאָט איז מאַדריד. זייט 1975 איז שפאניע א קאנסטיטוציאנעל קעניגרייך, און איר קעניג זייט 2014 איז פעליפע דער זעקסטער.
די הויפט שפראך איז שפאניש, אבער אין א טייל פונעם לאנד רעדט מען קאטאלאניש. די מערסטע פארשפרייטע רעליגיע איז קאטאליציזם.
שפאניע באדעקט א שטח פון 504,030 קוואדראט ק"מ, און איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין מערב אייראפע, נאך פראנקרייך. זי האט א באפעלקערונג פון 43 מיליאן מענטשן.
מיט בערך טויזנט יאר צוריק האט זי געהערט צו די מוסלעמענער, און עס האט דאן געהייסן אנדאלוזיע מיט קארדאווע אלס די הויפט-שטאט.
אין יאר ה'רנ"ב האט קעניג פערדינאנד פארטריבן אלע אידן פון שפאניע, און איינגעפירט די טרויעריגע בארימטע אינקוויזיציע.
שפאניע איז היינט א דעמאקראטיע, מיט דער 13טער גרעסטער עקאנאמיע אין דער וועלט.