הויפטשטאט
From Wikipedia, the free encyclopedia
די הויפטשטאט פון א לאנד איז די שטאט וואס דינט אלץ צענטער פון דער רעגירונג פונעם לאנד. בדרך כלל איז די הויפטשטאט א שטאט וואו ס'געפינט זיך רוב אינסטיטוציעס פון דער רעגירונג, למשל די ביוראס פון דער רעגירונג, די וואוינונג פון דעם פרעזידענט אדער דעם הויפט פון דער שטאַט, די הויפט געריכט און די קאמאנדע פון דער מיליטער. אויך וואוינען דארט די אמבאסאדארן פון פרעמדע לענדער. אפטמאל איז די הויפטשטאט די גרעסטע שטאט פון לאנד.
אין א פעדעראל לאנד רופט מען דאס ארט פון דעם שטאַט'ס רעגירונג די הויפטשטאָט פונעם שטאַט.