גריכנלאנד
From Wikipedia, the free encyclopedia
גריכנלאנד (גריכיש: Ελλάδα עלאַדאַ אדער Ελλάς עלאַס), אפיציעל די העלענישע רעפובליק (גריכיש: Ελληνική Δημοκρατία), איז אַ לאַנד אין דרום-מזרח אײראָפּע, ביים דרום עק פונעם באלקאנער האלבאינזל. עס גרענעצט מיט אלבאניע, בולגאריע און רעפובליק פון מאקעדאניע אין צפון, און טערקיי אין מזרח. דער אגאישער ים ליגט מזרח או דרום פון דער יבשה פון גריכנלאנד, און דער יאנישער ים צו מערב. ס'איז אויך דא אינזלען אן א שיעור.
Ελληνική Δημοκρατία עליניקי דימאקראַטיאַ | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אייראפע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | גריכיש | ||||
הויפּטשטאָט | אטען | ||||
רעגירונג | פארלאמעטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
קאַטערינאַ סאַקעלאַראָפּולו קיריאקיס מיסטאטאקיס | ||||
גרינדונג דאַטום |
25טן מערץ 1821, פון דער אטאמאנישער אימפעריע | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
131,990 קוואַדראַט ק"מ 96סט 0.8669 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
11,216,708[1] 74סט 84 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $341.688 ביליאן (33סט) | ||||
וואַלוטע | איירא € | ||||
צײַט זאָנע | מזרח אייראפעישער זייגער (UTC+2) | ||||
אינטערנעט דאָמען | gr. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 30+ | ||||
גריכנלאנד איז אן אנטוויקלט לאנד, א מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד זײַט 1981,[2] און פון זיין עקאנאמיש און געלטפארבאנד זײַט 2001, נאט"א זײַט 1952,[3] די ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג זײַט 1961,[4] און נאך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס. די הױפּטשטאָט איז אַטען; אנדערע חשובע שטעט זענען סאלאניקי, פאטראס און העראקליאן.