Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
סיריע (אױף אַראַביש الجمهورية العربية السورية) איז אַ לאנד אין מערבֿ־אַזיע. איר הויפטשטאט איז דמשק. סיריע האָט גרענעצן מיט לבנון (קײן מערבֿ און דרום), איראק (קײן מזרח), טערקיי (קײן צפֿון), ישראל (קײן דרום), און דער מיטלענדישער ים (קײן מערבֿ). סיריע האָט פֿאַרלאָרן די רמת הגולן במשך פֿון דער זעקסטאגיקער מלחמה אין יאָר 1967. דער פרעזידענט פֿון סיריע איז באשער על אסאד (بشار الأسد אין אראביש). די אָפֿיציעלע שפראך פֿון דעם לאַנד איז אראביש.
סיריאַן אַראַבער רעפובליק | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אראביש | ||||
הויפּטשטאָט | דמשק | ||||
רעגירונג | |||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
באשער על אסאד | ||||
גרינדונג דאַטום |
|||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
קוואַדראַט ק"מ [[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]] | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | (0ט) | ||||
וואַלוטע | |||||
צײַט זאָנע | |||||
אינטערנעט דאָמען | sy. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | + | ||||
פון די ערשטע ציוויליזאציעס אין דער וועלט זענען געווען אין סיריע. די אוראלטע שטאט עבלע, וואו א פערטל מיליאן מענטשן האבן געוואוינט, ווערט פאררעכנט פאר א באווייז אויף א גרויסער סעמיטישער אימפעריע וואס האט געהערשט פונעם ים סוף ביז אנאטאליע אין די צייטן פון אברהם אבינו. במשך דער היסטאריע האבן געהערשט אין סיריע פארשידענע אימפעריעס, צווישן די שבטי ישראל, די אשורים, די בבלים, די פערסישע אימפעריע, די גריכן, ארמעניע, די רוימען, די ביזאנטישע אימפעריע, די אראבער און די קרייצצוגער. דמשק איז פון די עלצטע שטעט אין דער וועלט, און איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער אומאיאדישער אימפעריע, וואס האט געהערשט פון שפאניע ביז צענטראל אזיע, צווישן די יארן 661-760.
די גרעסטע שטאט איז ארם צובא (חאלאב).
דער רוימישער היסטאריקער פליניוס דער עלטערער רופט דעם געגנט סיריע; אין זיינע צייטן איז זי געווען צעטיילט צווישן עטלעכע רוימישע פראווינצן.
סיריע ווערט צעטיילט אויף 14 גובערניעס.
|
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
לענדער אין דער אַראַבישער ליגע |
---|
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.