פראנצויזיש
From Wikipedia, the free encyclopedia
פראנצויזיש (אדער פֿראַנצײזיש; פֿראנצויזיש: français) איז א ראמאנישע שפראך וואס מען רעדט איבערהויפט אין פראנקרייך. אויך רעדט מען זי אין בעלגיע, לוקסעמבורג, שווייץ און קוויבעק, קאנאדע און אויך אין פארשידענע לענדער אין אפריקע. היינט רעדן זי 77 מיליאן מענטשן ווי זייער מוטער שפראך און 128 מיליאן ווי א צווייטע שפראך. אזוי ווי אנדערע ראמאנישע שפראכן, די סובסטאנטיוון זענען אדער מענלעך אדער ווייבלעך.