װיקיפּעדיע:וואלן
From Wikipedia, the free encyclopedia
צו מיינט איר וויקיפעדיע:פארלעמענט
וואלן אין דער וויקיפעדיע איז א זאך וואס מ'קען זיך נשיט פארמיידן. ווייל אירע באנוצער זענען פארט א קהילה.
דער הויפט כלל וואס מען דארף דא וויסן איז אמת וויקיפעדיע איז פריי פאר יעדן גלייך און מיר ארבייטען לויט א קאנסענסוס. אבער פארט איז דאס נישט קיין דעמאקראטיע פראיעקט. הגם סורוועיס און וואלן צייגן דאך א צייכן וואס איז קאנסענסוס, איז אבער וואלן דיסקארזשעט, ווייל עס ברענגט צו מחלוקת און איבעריגע מלחמות וואס די טייערע צייט קען גיין אויפבויען די אינפארמאציע.
די וואלן זענען בלויז די לעצטע מיטל ווען דער מיינונגס פארשידעהייט איז געקומען צו אזא ענדע וואס פארשטערט די צוזאמן ארבייט אין וויקיפעדיע, דאן האט מען נישט קיין ברירה נאר איינמאל פאר אלעמאל צושליכטן דעם פראבלעם אז טייל באנוצער שרייען אז אינפארמאציע איז נישט ריכטיק און טייל יא דארף מען דאך דאס שליכטן מיט א קאנסענסוס. אויף דעם זענען געאייגענט די רעדן בלעטער קודם זיך אויסצוטענה'נען און בלויז ווען מען קומט נישט צו קיין שליכטונג איז געאייגענט די וויקיפעדיע:פארלעמענט בלאט צו מאכן א שנעלער וואוט זעהן וועלכע טענה איז מער אנגענומען.
אז איינער וויל עפעס טוישן דארף ער נישט רעדן בכלל בלויז אז איינער ענדערט אים צוריק דארף מען רעדן. ווען מ'האט גערעדט און יענער ענטפערט נישט איז א סימן אז ער האט מודה געווען. און מען קען צוריקטוישן אן קיין וואלן. וואלן זענען בלויז נאכדעם וואס אלע צדדים האבן זיך געהעריג אויסגעטענה'ט און זיך באצויגן צו פרובירן כאטשיג אביסל צו ענטפערן אלע טענות וצדדים לכאן ולכאן.
צו הערן די מיינונג פון מערערע באנוצער לייגט ארויף די מוסטער {{ארטיקל וואלן}} אינעם ארטיקל.