|
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט.
|
- די דריי קדושים וואס זענען נעכטן אומגעבראכט געווארן פונעם אראבישן זעלבסטמערדער, וואס האט זיך פארשטעלט ווי א חרדישער איד, האבן אין די לעצטע מינוטן פון זייער לעבן זוכה געווען אפצוראטעווען א מאסן שחיטה. (ידיעות)
- מזל טוב ארץ ישראל: די מזרח פון ביזנעס, תורה, און חסידות, פייערן אפ 55סטער געבורט טאג, פארן חסידישן ביליאנער פון ברוקלין ר' ישעי' בוימלגרין. (חב"ד אנליין)
- פוילן וויל טוישן דעם נאמען פון "אוישוויץ". (בי.בי.סי.)
- פרומע מיליטערישער איינהייט "נחל חרדי" ראטעוועט און פארמיידט מאסן פאטאליטעטן נאכן אנטדעקן, און אומשעדליך מאכן, באמבע אויף אראבישע זעלבסט מערדער. (הארץ)
- נייער אידישער וועב סייט מזכה זיין די וועלט מיט מצוות תפילין, די תפילין באנק געבט אוועק בחנם תפילין פאר ארימע לייט איבער די גארער וועלט. (קרוינהייטס אינפא)
- "לאס וועגאס" די זינדיגע שטאהט, פיל מיט זנות און געמבלינג, ווערט א אידישע שטאט. צוליב די גוטע פרנסה געלעגנהייטן, זעקס הונדערט נייע אידישע משפחות ציען זיך אהין יעדן מאנאט! (פארווערטס)
- אויסגאנג פון די בחירות אין מדינת ישראל.
- געווינער: סאטמאר עדה החרדית קנאים, צוליב היסטארישע קליינער באטייליגונג אין זייער איסור. (בחדרי חרדים)
- ש"ס און אגודה (בחדרי חרדים)
- פארלירער: ליכוד, מר"ץ, ברוך מרזל, שינוי, און עלה ירוק. (ידיעות)
- היסטארישע אויפדעקונג: ליובאוויטשער רבי, ר' מנחם מענדל שניאורסאהן, האט צוריסן בריוו, וואס זיין שווער ר' יוסף יצחק שניאורסאן האט געשריבן קעגן אים מיט זיין ווייב, אז זיי זענען זייער מאדערן, און ווי ער באוויינט זיין גיין זיך לערנען אין אוניווערסעטי. (מענטאלבלאג)
- קרוין הייטס שאקירט: ברוטאלער אנפאל פון שווארצן רויבער באנדיט לאזט איבער אינג בחור שווער פארוואונדעט אויף דער גאס. (קרוינהייטס אינפא)
- נייער פרומע צייטונג אין ארץ ישראל ערשינען. "שומרי תורה", ווערט פארטיילט בחנם, דערווייל איז דאס וואכענטליך, גאר שנעל וועט דאס ווערן א טאג צייטונג. געגרינדעט דורך דעם וועלט בארימטן ליטווישן עסקן, ר' מיכה רוטשילד, ער האט אויך געגרינדעט מהדרין באס ליניע, יארן לאנג אקטיוו אין אתרא קדישא. און אין משמרת הצניעות, א בן בית ביי אלע גדולים. אנטשפרעכט צו פייטן לוקסוס עדס. און באריכט גארנישט וועגן בחירות כדי צוציציען קנאים ליינער. (בחדרי חרדים)
- אהרונים שפילן אויף טעיפ, ווי מ'הערט וויאזוי ר' שאול פערלשטיין זאגט פארן סאטמאר רבין אז די ארונים זענען די בני יואל... אים אויצוהעצן קעגן זיי. (כל העולם כולו)
- יתד נאמן דרוקט העסליכן ארטיקל קעגן חב"ד הארט פאר די בחירות מיט דעם פארטרייבענדיג זייערע שטימען. (חב"ד אנליין)
- רעפארם ראביי באקומט דרייצן יאר טורמע, פאר סעקסואל באלעסטיגן צוויי מיידלעך, און דאון לאודען אונטער יעריגע פארנעגראפיע אויף זיין קאמפיוטער. (עי.פי. (ארכיווירט 10.05.2007 ביי דער Wayback Machine))
- מאנהעטן עירוב ווערט פארברייטערט אריינעמענדיג כמעט גאנץ מאנהעטן, אבער נאר ביז האוסטען סטריט זיך אפשטעלענדיג ביי די גרעניצן פון דעם היסטארישן לאוער איסט סייד, אויס כבוד פון ר' משה פיינשטיין וואס האט דאס געאסערט. (נ.י. טיימס)
- יידיש וויקיפעדיע דעבאטירט אין די יידישע אינטערנעט ספערע!
- תפוז אידיש באנוצער רעגט זיך אויף די האלבעטע ליגענטס, לשון הרע, און עמי הארצות וואס ווערט דא געשריבן.
- חדשות אנש, (א פארמאכטע פארום) קריטיקירט די פרייהייט וואס הערשט דא! אז יעדער איינער קען ענדערן און פארעכטן.
- היימישע קרעטשעמע, (אפען ערקלערטע נישט ניכטערע פארום) קענען נישט אויפכאפן קלאר וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט, און וואס מיר ווילן מיט די גאנצע וויקיפעדיע...
(תפוז) (קרעטשמע (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine)) (חדשות אנ"ש (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine))
א האלבע ביליאן דאלער (נ.י. סאן)
- אינטערנעט: א נייעם מין אפענעם וועג פון ביזנעס ווערט פראקטיצירט, קאמפאניס געבן אוועק זייערע סודות און ערפינדוגען בחינם, וויאזוי מאכן זיי געלט? דער פרעסטיזשפולער מאגאזין "די עקאנעמיסט" באהאנדעלט דעם טרענד: "אָפּען סאָרס", אינספארירט פון "וויקיפעדיע" פּאַפּולעריטעט. אויך: וויאזוי דער הויפט שותף און גרינדער פון וויקיפעדיע איז געווארן איר גרעסטער קריטיקירער און שונא נומער 1 צוליב אונזער אנטי-צענזור פאליסי! (עקאנימיסט)
- פייגל פלו (די פויגלס גריפע) באדעקט ארץ ישראל ה"י. (רויטערס)
- פיר גרעסטע ארונים שישקעס אָנגעדרייט פּאָליטישן קוראָפּציע סקאַנדאַל: ניו יארק סטעיט ביזנעס אינשורענס קאמישענער, געוועזענער אסעמבלימאן, האוערד מילס, באקומט שווערע טויזענטע דולער, דורך ר' יענקל פריינד, קרית יואל וויליזש טראסטי און לאַביאיסט, פון ריעל עסטעיט מאגאנאטן אברומי רובין, פארזיצר פון סי.זשעי.סי. און זיין ברודער ליפא, און דער ביזנעס הלוואה קאנסאלטענט ר' שלום לאנדא, (אונטער זיין ווייב'ס נאמען). (נ.י. טיימס)
- שוידערליכע דעטאלן ביים קארט פראדצור פון "מאפיע קאַפּס" דעקט אויף וויאזוי אינוואלוומענט פון חסידישער וויליאמסבורגער אינגערמאן צו כשר'ען געלט פאר די מאפיע, מאכט נערוועיז די מאפיע און זיי הרגענן אנדערן איד אויף טויט רח"ל. (נ.י. פאסט)
- קריטישער זארג אין חב"ד: נייער דור פון בעלי תשובות, דערזעהט זיך מיט א ממלא מקום פארן לעצטן ליובאוויטשער רבין, אבער ער איז שוין גארנישט פון די קאליבער וואס מ'ערווארט פון א רבין: וועלקאם צו די פענאמענען פון ר' יאסי זשעקאבסאן, די דור השמיני פון נשיאות חב"ד! (מענטאל בלאג)
- קאמפיוטערס: מייקראסאפט מעלדעט די אינציאטיווע פון איר לייוו זוך-מאטאר, וואס איז אונטער די פאמיליע פון ווינדאס לייוו. וועלכער וועט רעוואלוציאנירן דעם סוירטש ענדזשין אין פילע הינזיכטן וואס איז ביז היינט נישט בנמצא אפילו אין גוגעל'ס מעכטיגער סוירטש ענדזשין.(נייעס). קליקט אין (ווינדאוס לייוו)
- פאליטיק: איראן. דער איראנאר דיקאטור סטראשעט אמעריקע מיט פיין און נקמה, אויב זי וועט איר רעפערירן צו די יו.ען. זיכערהייטס קאנסול. (ביטע אייביג אראפברענגן דעם מקור, ווייל מיר זענען נישט קיין צייטונג)
- רעפובליקאנער צו פרעז. בוש: דוביי פארט געשעפט, ווארשיינליך טויט:(עי.פי.)
- ארונים באשולדיגן מיט בייזוויליגע רומאר אן קיין באווייזן אין זייער פארום: משה דוד נידערמאן אויף צרות; אידן פארלירן לאו-אינקאם דירות אין שעיפער פראיעקט; וועט פארגויאישן אידישן חסידישן געגענט. (כל העולם כולו)
- מקור ראשון באשולדיגט: ישי שליסל האט נישט געהאט קיין שום שאנסן ארויסצוגיין זכאי, זיך פארמעסטן איינער אליינס קעגן יעדן איינעם.
1) די ריכטער האבן ארויסגעוויזן זייער איינזייטיגע האס קעגן חרדים. 2) די פאליציי האט באהאלטן עדות. 3) די טעלעוויזיע האט באהאלטן לייוו ווידיאו וואס וואלט אים ריינגעוואשן. 4) די חרדישע פרעסע האט פארשוויגען דעם גאנצען משפט, כאטשיג עס איז געווען פיל מיט אנטי חרדישע האס, 5) די ליטווישע תורה וועלט האט גארנישט געהאלפן זייערס א מענטש, וואס מיט אביסל געלט וואלט ער ווען געהאט געהעריגע אדוואקאטן, 6) די גאנצע חרדישע וועלט האט געלאזט פאלן זייערס א העלד וואס האט געטאן מעשים, בשעת ווען זיי האבן געהעצט. (מקור ראשון)
- נייע ווידיאוס פון די עורה ארגענעזאציע (עורה (ארכיווירט 28.11.2021 ביי דער Wayback Machine))
ליסטע פון געשעענישן ביי מאנאט
2009: יאנואר, פעברואר, מארץ,
2007: יאנואר, פעברואר, מארץ, אפריל, מיי, יוני, יולי, אויגוסט, סעפטעמבער, אקטאבער, נאוועמבער, דעצעמבער
2006: יאנואר, פעברואר, מארץ, אפריל, מיי, יוני, יולי, אויגוסט, סעפטעמבער, אקטאבער, נאוועמבער, דעצעמבער
|
דער ארטיקל איז געשטעלט אויסצומעקן אין וויקיפעדיע:בלעטער צו אױסמעקן ביטע שמועסט אייך געהעריג דורך דארטן צו גרייכן א קאנצענזוס צי מען זאל דאס אויסמעקן אדער נישט.
מען זאל נישט אראפנעמען דעם צעטל ביז דער שמועס איז געשלאסן.
|