Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
אַ ספר איז געשריבענע בלעטער וואָס מען האָט פאַרבונדן צוזאַמען, וועגן אַ הייליקער טעמע פון תורה. אַ וועלטלעכע זאַמלונג פון בלעטער הייסט אַ בוך.
פארצייטנס, פאר ווען עס איז דערשינען געווארן א דרוקעריי, האט מען געשריבן אויף שטיינער, נאכער אויף מגילות. היינט קען מען ליינען ביכער מיט עלעקטרישע ביכער ווי צום ביישפיל די וויקיפעדיע ווערט פארעכנט אלס א דיגיטאלישער בוך.
היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען, און מען שעפט וויסנשאפט און אנדערע פארוויילונג פון אנדערע מיטלען, ווי טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער אא"וו.
איינער וואס פארקויפט ספרים הייסט א מוכר ספרים
ביי די פרומע געמיינדע איז די נייע אויבעדערמאנטע טעכנאלאגישע מיטלונגען פארבאטן, און דערפאר די ספרים באנעמען נאך ביי זיי א חשוב'ן פלאץ אין זייער לעבן.
ביי די אידן האט בכלל ספרים שטענדיג פארנומען א וויכטיג פלאץ, אין די ביכער ווערן אידן גערופן עם הספר דאס הייסט א פאלק וואס פארטיפט זיך אין ספרים, און שעפן זייער וויסנשאפט און אלעס וואס זיי האבן פון ספרים, אפילו אין די מיטל אלטער ווען די פעלקער זענען געווען אויסגעטוען פון יעדע סארט וויסנשאפט, איז אבער ביי אידן אייביג געבליבן דאס קוקן אין ביכער און אין ספרים.
דער גאון רבי עקיבא איגר שרייבט אין דער הקדמה פון זיינע ספרים אז ער באשווערט מיט א שבועה אלע וואס וועלן דרוקן זיינע חיבורים זאלן זיי עס דרוקן מיט שיינע גרויסע אותיות, ברייטע גליונות, און שיינע בלעטער כדי יעדער זאל זיך שפירן גוט ווען מען קוקט דערין אריין, עס זאל ברעגנען א ברייטקייט, מען זאל זיין באקוועם מיט זיינע ספרים.
אין ספר מדרש פנחס פון רבי פנחס קאריצער שטייט א ספר מיט קליינע אותיות א בחינה פון מוחין דקטנות, עס ווייזט אויף א קליינער מוח, א ספר מיט גרויסע אותיות מיט א שיינע אויסלייג איז א בחינה פון מוחין דגדלות, עס ווייזט אויף א ברייטער מוח.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.