Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
לאָס אַנדזשעלעס איז א שטאט אין דרום קאליפארניע, אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. 3,847,400 מענטשן וואוינען אין דער שטאט, און מער ווי 18 מיליאן מענטשן אין דער גאנצער לאס אנדזשעלעס ראיאן. די שטאט פארנעמט א שטח פון 1200 קוואדראט ק"מ. לאס אַנדזשעלעס האט די די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג פון אלע שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן, נאך ניו יארק סיטי. זי איז די גרעסטע שטאט אין קאליפארניע.
|
דער נאמען לאס אַנדזשעלעס שטאמט פון שפאניש און איז טײַטש "די מלאכים". דער נאמען איז א פארקירצונג פונעם ארגינעלן נאמען פונעם ארט. לאס אַנדזשעלעס איז געגרינדעט געווארן אין 1781. אום 4טן אפריל, 1850 איז קאליפארניע געווארן איינער פון די פאראייניגטע שטאטן.
לאס אַנדזשעלעס פארמאגט אסאך באקאנטע טשיקאוועסן. ס'איז פאראן אסאך לאנגע פלאזשעס, למשל וועניס פלאזשע, ווי אויך מוזייען, למשל די געטי מוזיי.
לאס אַנדזשעלעס האט א גרויסע פילם אינדוסטריע, בעיקר אין האליוואד. מען פאבריצירט אויך מיליטערישע פליווארג דארטן. די שטאט איז אויך א צענטער פאר באנקירן.
לאס אנדזשעלעס האט פארשידענע געגנטן, צווישן זיי:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.