Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
שפאַניש (español, עספּאַניאָל), אויך גערופן קאַסטיליש (castellano, קאַסטעיאַנאָ), איז א ראמאנישע שפראך וואס איז די הויפט שפראך פון שפאניע און רוב לענדער פון דרום אמעריקע. די שפראך איז אין אמת'ן קאסטיליש, ד.ה. די שפראך וואס האט אנטוויקלט פון לאטיין אין קאסטיל (צפון שפאניע).
שפאניש איז די מערסט פארשפרייטע שפראך אין דער מערב האלבקויל, מיט גרויסע באפעלקערונגען פון מוטערשפראך שפאניש רעדערס פון פאטאגאניע צו קאנאדע. אין דעם 21סטן יארהונדערט, ווערט שפאניש מער געלערנט און גענוצט פון פראנצויזיש ווי די צווייטע שפראך פאר אינטערנאציאנעלער קאמוניקאציע, נאך ענגליש.
אומגעפער 75% פון שפאניש שטאמט פון לאטייניש.
מער ווי 360 מיליאן מענטשן אין דער וועלט רעדן שפאניש ווי זייער ערשטע שפראך.
שפאניש איז איינע פון די זעקס אפיציעלע שפראכן פון די פאראייניגטע פעלקער. אויך איז זי אן אפיציעלע שפראך פונעם אייראפעאישן פארבאנד, פון דער ארגאניזאציע פון אמעריקאנישע שטאטן, פונעם פאריין פון דרום-אמעריקאנישע לענדער און נאך א סך אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע.[1] זי איז די צווייטע שפראך אין דער וועלט[2][3][4][5] לויט דער צאל פון מענטשן וואס רעדן זי ווי מוטערשפראך, נאך מאנדארין כינעזיש, מיט 437 מיליאן מאמע־לשון רעדער.
די שפאנישע שפראך האט זיך אנטוויקלט פון וואולגאר-לאטייניש, וואס די רוימער האבן געברענגט צום איבערישן האלבאינזל בשעת דער צווייטער פונישער מלחמה וואס האט אנגעהויבן אין יאר 210 פאר דער ציווילער רעכענונג. פאר דעם האט מען גערעדט אנדערע שפראכן וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט לאטיין—טייל אפילו אן קיין שייכות מיט אינדא-אייראפעאיש—אינעם איבערישן האלבאינזל. די שפראכן שליסן איין באסקיש (וואס מ׳רעדט ביזן היינטיקן טאג), איבעריש, קעלטיבעריש און קעלטיש.
די ערשטע דאקומענטן וואס ווייזן עפעס א שייכות מיט דער היינטיקער שפראך זענען פונעם 9טן יארהונדערט. דורכאויס דער מיטל אלטער און ביז צו דער מאדערנער תקופה, זענען די חשוב׳סטע השפעות אויף שפאניש געקומען פון די שכנותדיקע ראמאנישע שפראכן—נאווארא-אראגאנעזיש, לעאנעזיש, קאטאלאניש, פארטוגעזיש, גאליסיש, אקיטאן, און שפעטער, פראנצויזיש און איטאליעניש. שפאניש האט אויך געבארגט א היבשע צאל ווערטער פון אראביש.
די שפראך לאדינא וואס ספרדישע יידן רעדן וואס שטאמען פון שפאניע איז טאקע קאסטיליש מיט אריינגעמישט לשון־קודש, און ווערט געשריבן אויף לשון-קודש אותיות, אזוי ווי יידיש.
פאלגענד איז א רשימה פון די נומערן בערך פון רעדערס פון שפאניש אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט וווּ שפאניש איז די אפיציעלע שפראך פון לאנד:
לאנד | מוטער־שפראך רעדער[7] | |
---|---|---|
1 | מעקסיקא | 109,711,000 |
2 | שפּאַניע | 45,054,000 |
3 | ארגענטינע | 40,301,000 |
4 | קאלאמביע | 34,000,000 |
5 | װענעזועלע | 26,480,000 |
6 | פערו | 20,000,000 |
7 | טשילע | 13,800,000 |
8 | קובא | 10,000,000 |
9 | עקוואדאר | 9,500,000 |
10 | דאמיניקאנישע רעפובליק | 6,886,000 |
11 | גוואטעמאלע | 4,673,000 |
12 | האָנדוראַס | 5,600,000 |
13 | באליוויע | 3,483,700 |
14 | על סאַלוואַדאָר | 5,900,000 |
15 | ניקאראגוא | 4,347,000 |
16 | פאראגוויי | 186,880 |
17 | קאסטא ריקא | 3,300,000 |
18 | פארטאָ ריקאָ | 3,437,120 (1996) |
19 | אורוגוויי | 3,000,000 |
20 | פאנאמא | 2,100,000 |
אויף שפאניש בייגן ווערבן לויט 3 גרונטיקע קאניוגאציעס: ווערבן וואס אין דער אינפֿיניטיוו פֿארעם ענדיגן מיט ar (למשל: jugar - שפילן), ב-er (למשל: comer - עסן) וב-ir (למשל: ir - גיין).
Amar - ליב האבן, רעגולערער ווערב ar | |||||
---|---|---|---|---|---|
פערזאן | איצטיקייט | פארגאנגענהייט | צוקונפט | קאניונקטיוו | |
אומפערפֿעקטיוו | פערפֿעקטיוו | ||||
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) | amo | amaba | amé | amaré | amaría |
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) | amas | amabas | amaste | amarás | amarías |
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) | ama | amaba | amó | amará | amaría |
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) | amamos | amábamos | amamos | amaremos | amaríamos |
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) | amáis | amabais | amasteis | amaréis | amaríais |
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) | aman | amaban | amaron | amarán | amarían |
Comer - עסן, רעגולערער ווערב er | |||||
---|---|---|---|---|---|
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) | como | comía | comí | comeré | comería |
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) | comes | comías | comiste | comerás | comerías |
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) | come | comía | comió | comerá | comería |
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) | comemos | comíamos | comimos | comeremos | comeríamos |
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) | coméis | comíais | comisteis | comeréis | comeríais |
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) | comen | comían | comieron | comerán | comerían |
Vivir - לעבן, רעגולערער ווערב ir | |||||
---|---|---|---|---|---|
ערשטער פערזאן איינצאל (Yo) | vivo | vivía | viví | viviré | viviría |
צווייטער פערזאן איינצאל (Tú) | vives | vivías | viviste | vivirás | vivirías |
דריטער פערזאן איינצאל (El/Ella) | vive | vivía | vivió | vivirá | viviría |
ערשטער פערזאן מערצאל (Nosotros) | vivimos | vivíamos | vivimos | viviremos | viviríamos |
צווייטער פערזאן מערצאל (Vosotros) | vivís | vivíais | vivisteis | viviréis | viviríais |
דריטער פערזאן מערצאל (Ellos/Ellas) | viven | vivían | vivieron | vivirán | vivirían |
וויקיפּעדיע אויף שפאניש |
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד |
---|
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.