Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
אונגעריש (אױך אונגאַריש; אויף אונגעריש: magyar - מאַדזשיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגאריש אפשטאמיגע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.
פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג). אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדער אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.
אונגאריש איז געשריבן מיטן גלחישן שריפט. מערסט פון די אותיות זענען ענלעך מיט ענגליש, אבער עס איז דא א סאך אונטערשיטן, בפרט ביי די קאנסאנאנטן וואס זענען מער קרוביש צו שפראכן ווי פויליש און טשעכיש. די אותיות (מיט א אידישן גלייכווערט) זענען אזוי:
A | Á | B | C | Cs | D | Dz | Dzs | E | É | F | G | Gy | H | I | Í | J | K | L | Ly | M | N | Ny | O | Ó | Ö | Ő | P | R | S | Sz | T | Ty | U | Ú | Ü | Ű | V | Z | Zs |
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אָ | אַ | בּ | צ | טש | ד | דז | דזש | ע | עי | פֿ | ג | די | ה | אי | אי | י | ק | ל | לי | מ | נ | ני | אוֹ | אוֹ | אע | אע | פּ | ר | שׁ | ס | ט | טי | אוּ | אוּ | אוּע | אוּע | וו | ז | זש |
דער אומלאט, ווי אין דייטש, איז א וואקאל-צייכן וואס ווייזט אז דער וואקאל איז געזאגט אלס פארבונד פון דעם וואקאל גופא און ״ע״. למשל, דאס אונגארישע ווארט köszönöm (א דאנק) איז אויסגערעדט ווי ״קאעסאענאעם״, מיט דער קאמבינאציע פון ״אע״ אויסגערעדט צוזאמען.
דער טראפ אין אונגאריש איז שטענדיג ביים אנהייב פון ווארט, אין דעם ערשטען טראף. ווען עס איז דא א אות מיט א אקצענט-צייכן (ווי למשל É), דער טראפ פון ווארט איז נישט געטוישט, ווייל די וואקאל-צייכנען טוישן נאר דעם קלאנג פון אות, און נישט דעם טראפ פון דער ווארט. [1]
אין די פאלגנדע לענדער רעדט מען אונגעריש אלס מוטער-שפראך:
לאנד | רעדערס |
---|---|
אונגערן | 10 מיליאן (צענזוס 2001 (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)) |
רומעניע (בעיקר זיבנבערגן) | 1,443,970 (צענזוס 2002) |
סלאוואקיי | 520,528 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 16.05.2007 ביי דער Wayback Machine)) |
סערביע (בעיקר וואויוואדינע) | 293,299 (צענזוס 2002) |
אוקראינע (בעיקר זאקארפאטיע) | 149,400 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 01.11.2004 ביי דער Wayback Machine)) |
פאראייניקטע שטאטן | 117,973 (צענזוס 2000 (ארכיווירט 12.02.2020 ביי Archive.today)) |
קאנאדע | 75,555 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 13.02.2008 ביי דער Wayback Machine)) |
ישראל | 70,000 |
עסטרייך (בעיקר בורגנלאנד) | 22,000 |
קראאטיע | 16,500 |
סלאוועניע | 9,240 |
Total | 12-13 מיליאן |
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.