אידישער בלאגער און בוך שרייבער From Wikipedia, the free encyclopedia
קטלא קניא איז דער פּסוועדאָנים פון אַ מאָדערנער חסידישער שרייבער און קריטיקער, וועמען דער פאָרווערטס האָט דעפינירט אַלס א מאָדערנער שלום עליכם בזעיר אנפּין.
קטלא קניא’ס בלאָג איז געווען סיי דער ערשטער בלאָג אין יידיש און סיי דער ערשטער חרדישער בלאָג, און האָט ביז היינט צוגעצויגן צו זיך העכער הונדערט טויזנט באַזוכער. דער בלאָג, אָנגעפילט מיט זאפטיקע און הומאַריסטישע באַהאנדלונגען וועגן די חרדישן און חסידישן אַרט-לעבן, האָט מען באַשריבן אין “מעריב”, אין “ווילעדזש וואויס” און אין “פאָרווערטס”.
שטארק רעליגיעזע זען אין זיינע געשרייבעכצער כפירה רמזים'לעך און אפלאכעריי פון אידשקייט. אבער די אינגערע שוין אויפגעקלערטע טאלערירנדע דור, זעהט דערין א שטארקע טרייסט און ארט זיך אויסצוגעבן, ווייל עס ברענגט ארויס א סך ספיקות ראנגלענישן און נסיונות מיט גאָט און דער יידישער תורה, אויף זייער א היימישע אינערליכע אופן, און מיט א גוטמיטיגע בליק, אבער אזאנס וואס בענקט זיך צו די אלטע יארן ווען די אידישע טראדיציעט האט אריינגעברענגט א געשמאק אין טאג טעגליכע לעבן. און ספעציעל גלייכן אים מענטשן, צוליב זיין רייכער שפראך פון מליצות פון גמרות, תנ"ך, חומש, און פון דעם גאר רבנישען זשארגאן, וואס ווייזט אז דער שרייבער איז גאר א גרויסער תלמוד חכם וואס איז נחמץ געווארן.
פון זיינע ערשטע און הויכפונקטפולע געלונגענע מייסטער-ווערק וואס זיין פעדער האט אהער געשטעלט, און שפיגלט אפ די אינערלעכע מוסקלען, וואס טרייבו זיין קראפטיקע פען, איז די מעשה מיט ר' אפרים, א ייד אין די עלטערע יארן וואס טראכט דורך זיין לעבן יום כיפור און שטארבט פון א הארץ-אטאקע דורך ווערנדיק אנטוישט פון אזויפיל יארן זיין פרום צוליב א פאלשער אמונה. יעדעס ווארט אין דער דערציילונג טריפט מיט שמאלץ, און זיינע שריפטן זענען פארפלאכטן מיט טיפע הומאר אפטמאל אויף א קריטיקירנדע שטייגער, און וועט צומאל פאדערן התבוננות פונעם לייענער זיך צו דערגרינטעווען צו קטלא'ס טיפער פשט. פון זיינע ווערק איז קענטיג די אינעווענדיגסטע ברויזנדע צעריסנקייטן, איבערן ווערן געבוירן אין א לעבנסוועג וואס מען געפינט נישט קיין צופרידנקייט דערין און עס איז נישטא קיין וועג ארויס. א געפיהל וואס נעמט ארום דעם אלגעמיינעם אויפגעקלערטן אנטוישטן חסיד וואס טראכט מיט ספיקות ארום זיין לעבן, און קומט צום הכרה אז 'אהבתי את אשתי ואת בני, לא אצא חפשי' ער איז נישט גרייט אויפצוגעבן צו פארלירן אלץ וואס ער ליבט, און אלעס וואס ער האט געהארעוועט זיין גאנץ לעבן. דעריבער באשליסט ער זיך צו באקוועם מאכן דאס בעסטע וואס שייך.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.