טערקיי
From Wikipedia, the free encyclopedia
דאס טערקײַ (טערקיש: Türkiye), אפיציעל די רעפובליק פון טערקיי (טערקיש: Türkiye Cumhuriyeti) איז אן איסלאמיש לאנד אין אייראפע און מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַנקאַראַ. עס גרענעצט דעם מיטלענדישן ים, סיריע און איראק פון דרום, דעם אגאישן ים פון מערב, גריכנלאנד און בולגאריע פון צפון-מערב, דעם שווארצן ים פון צפון, גרוזיע פון צפון-מזרח און ארמעניע און איראן פון מזרח. טערקיי באדעקט א שטח פון בערך 780,000 קוואדראט ק"מ.
רעפובליק פון טערקיי | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: İstiklal Marşı זעלבשטענדיגקייט מארש | |||||
קאָנטינענט | אייראפע, אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | טערקיש | ||||
הויפּטשטאָט | אנקארא 39°55′N 32°51′E | ||||
גרעסטע שטאָט | סטאמבול | ||||
רעגירונג | פארלאמענטארישע דעמאקראטיע | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
רעדזעפ טאיפ ערדאאן אהמעט דאוואוטאגלו | ||||
גרינדונג דאַטום |
29סטן אקטאבער 1923 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
780,580 קוואַדראַט ק"מ [[ליסטע פון לענדער לויט שטח|36סטע]] 1.3% | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
69,660,559 17טע 89 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $570,748 מיליאן (18ט) | ||||
וואַלוטע | נייער טערקישער פונט | ||||
צײַט זאָנע | UTC + 2 | ||||
אינטערנעט דאָמען | tr. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 90+ | ||||
די ביזאנטישע און אטאמאנע אימפעריעס זענען ביידע געווען אויפן ארט פון היינטיגן טערקיי. די טערקישע קולטור איז געמישט אריענטאל און וועסטערן, אזוי ווי ס'פאסט פאר א לאנד וואס איז סיי אין אזיע סיי אין אייראפע.
טערקיי איז א סעקולערע, דעמאקראטישע רעפובליק. מוסטאפא קעמאל אטאטורק האט אויפגעבויט זיין פאליטישע סיסטעם אין 1923, נאך דעם איינבראך פון דער אטאמאנישער אימפעריע. טערקיי איז געווען א פונדאציע מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער, און פון די ארגאניזאציע פון מוסולמענישע לענדער, און האט אריינגעטרעטן נאט"א אין 1952. זייט 2005, פירט טערקיי א משא-מתן אריינצוטרעטן דעם אייראפעישן פארבאנד, וואס ווערט נישט ערלויבט דורך די אייראפעישע לענדער, וויבאלד טערקייס מענטשן רעכט איז געפלאגט מיט פראבלעמען, וואס איז נישט צופרידנשטעלענד פארן אייראפעישע געמיינדע. ווי דאס קעגנשטעלן זיך ארויסצוציען פון ציפערן, ווי עטליכע פארטן זענען פארשלאסן פארן פארקער, און מערערע לענדער פארלאנגען דאס ארויסציען פון טערקיי.
די אפיציעלע שפראך פונעם לאנד איז טערקיש, א טערקישע שפראך וואס בערך 85% פון דער באפעלקערונג רעדן אלס מוטערשפראך.
טערקיי איז דער וועלט'ס הויפט פראדוצירער פון אפריקאסן,[1] מיט 390,000 טאנען אין 2005.