סטאמבול
From Wikipedia, the free encyclopedia
סטאַמבול (טערקיש: İstanbul; פֿריער ביזאנץ און דערנאך קושטא אדער קאנסטאנטינאפאל) איז די גרעסטע שטאט אין טערקיי און די דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די שטאט נעמט איין 27 דיסטריקטן פונעם סטאמבול פראווינץ.[1] זי איז געבויט אויף זיבן בערג און געפֿינט זיך אויפן באספארוס דורכגאס און רינגלט ארום דעם נאטירלעכן האוון וואס איז באקאנט אלס דער גאלדענער הארן, אין צפון-מערב פון לאנד. די שטאט ציט זיך סיי אויף דער אייראפעישער זייט (טראקיע) און סיי אויף דער אזיאטישער זייט (אנאטאליע) פונעם באספארוס, און איז די אייציגע מעטראפאליע אין דער וועלט וואס ליגט אין צוויי קאנטינענטן. סטאמבול איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער רוימישער אימפעריע (330–395), פון דער ביזאנטישער אימפעריע (395–1204 און 1261–1453), פון דער לאטיינישער אימפעריע (1204–1261), און פון דער אטאמאנישער אימפעריע (1453–1922).
|
סטאמבול איז די קולטור און פינאנץ צענטער פֿון טערקיי. די שטאט איז אויסגעקליבן ווי די בשותפותדיקע אייראפעישער הויפטשטאט פון קולטור פאר 2010.
סטאמבול האט א סך־הכול באפעלקערונג פון עטלעכע 15 מיליאן באוואוינער,[2] און איז איינע פון דער וועלט׳ס מערסט באפעלקערטע שטעט און איז די גרעסטע שטאט אין אייראפע.
אומגעפער 12.56 מיליאן אויסלענדישע באזוכער זענען אנגעקומען אין סטאמבול אין 2015, פינף יאר נאך ווען ער איז געווארן אנגערופן אן אייראפעאישע הויפטשטאט פון קולטור, איז דערפאר די שטאט דער וועלט׳ס פינפט־פאפולערסטער טוריסטן־ציל.[3] די גרעסטע אטראקציע אין דער שטאט איז איר היסטארישער צענטער, טיילווייז גערעכענט א וועלט ירושה ארט פון אונעסקא, און איר קולטור־ און פארוויילונג־קנופ איבער דער שטאט׳ס נאטירלעכן האוון, דער גאלדענער הארן, אין דעם בעיאגלו דיסטריקט. סטאמבול ווערט גערעכנט א וועלטשאט וואס האט איינע פון דער וועלט׳ס גיכסט־וואקסנדע מעטראפאליטאנישע עקאנאמיעס,[4] אין דער וועלט.[5] זי גאסטירט די הויפטקווארטירן פון פיל טערקישע פירמעס און מעדיע אויסגאנגען און רעכנט מער ווי א פערטל פון טערקיי׳ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט.[6] סטאמבול האט אין די לעצטע צוואנציג יאר אנגעבאט פינף מאל פאר דער זומער אלימפיאדע.[7]