איראק
לאנד אין מערב אזיע / From Wikipedia, the free encyclopedia
איראק (אַראַביש: العراق al-‘Irāq; קורדיש: عێراق Eraq), אפיציעל די רעפובליק פון איראק, איז דאס אור-אלטע לאנד וואס אידן רופן בבל. איראק גרענעצט זיך מיט איראן פון איין זייט, מיט טערקיי פון דער קורדישער זייט און מיט סיריע און סאודי אראביע. זײַן הױפּטשטאָט איז באַגדאַד. די הויפט עטנישע גרופעס זענען אראבער און קורדן; אנדערע זענען כולל אסירישער, טורקמען, שאבאקיס, יאזידיס, ארמענער, מאנדעאנער, צירקאסער און קאווליא.
רעפובליק פון איראק | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אראביש | ||||
הויפּטשטאָט | באגדאד33°20′N 44°26′E | ||||
רעגירונג | פעדעראלע פארלאמענטארע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
דזשאלאל טאלאבאני נורי אל־מאליקי | ||||
גרינדונג דאַטום |
3טן אקטאבער 1932 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
438,317 קוואַדראַט ק"מ 59סט 1.1 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
30,399,572 39סט 73.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $125.665 ביליאן (62סט) | ||||
וואַלוטע | איראק דינאר | ||||
צײַט זאָנע | +3 | ||||
אינטערנעט דאָמען | iq. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 964+ | ||||
איראק האט א בארטן־ליניע לאנג 58 ק״מ אויפן צפון זייט פונעם פערסישן איינגאס. צוויי הויפט טייכן, די חידקל און פרת, פליסן קיין דרום אדורך איראק און אריין אין שאט אל-אראב נאנט צום פערסישן איינגאס. די טייכן פארזארגן איראק מיט א היבש כמות פון פרוכעפערן לאנד.
דער געגנט צווישן די חידקל און פרת טייכן ווערט גערופן מעסאפאטאמיע, און איז געווען די היים פון נאכאנאנדיקע ציוויליזאציעס זייט אוראלטע צייטן. איראק איז געווען דער צענטער פון די אקאדישע, סומערישע, אסירישע און בבלי אימפעריעס. אויך איז ער געווען א טייל פון די מעדישע, אכעמענישע, העלעניסטישע, פארטישע, סאסאנידע, רוימישע, ראשידון, אומאיאד, אבאסישע, איובישע, מאנגאלישע, סאפאוויד, אפשאריד און אטאמאנישע אימפעריעס.[1]