מיי 2007 איז געווען דער פינפטער מאנאט פון 2007, און האט אנגעהויבן דינסטיק.
דינסטאג, דעם 1טן מיי 2007
וויליאמסבורג : מעיאר בלומבערג עלאוקירט פופציג מיליאן דאלער פון ניו יארק סיטי בודזשעט צוריק צו עפענען און איבערבויען היסטארישע ריזן סווימינג פול אין שכינותדיגן גרינפוינט געגנט . (ברוקלין איגל )
וויליאמסבורג : ר' אריה לייב גלאנץ מאכט פאליטישע באנקעט צו שאפן געלט פאר לאקאלן קאנגרעסמאן עד טאונס , טויזנט דאלער פון יעדן באטייליגער אין ראוז קעסטל . מעיאר בלומבערג ערשיינט נישט כאטש אנזאג פון אינוויטאציע , ר' בעריש פרייליך , האלדזט זיך מיטן דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס וואס האט אים געוואלט אריינשליידערן אין טורמע פארן סטראשען א מיידל צוריקציען אירע קלאגעס קעגן איר חרדישע טאטע וואס זי באשולדיגט אז ער האט איר געאנסט . (נ.י. דעילי ניוז )
תשובה אויפן אינטערנעט : פאפולער נייע טרענד : שרייבט אייערע חרטה געפילען אויף ספעציעלע ווידיו וועב סייטס . (מיאמי העראלד )
פראנקרייך : הונדערטער אידן אין עירפארט קבלת פנים , טויזנטער ספרדים הערן זיך צו צי מעסעזש פון תשובה פון הרב שטיינעמאן אין מארסיי , גערער רבי רעדט געציילטע ווערטער אין אידיש און קען זיך נישט איינהאלטן פון לאכן ווען ספרדים קושן אים די בארד . (הארץ )
דער בלאט באריכט : ר' מנשה פילאפ געלאזט צוואה פון זיין טאטע אויפהערן שרייבן אין די צייטונג . (חדשות אנש )
ירושלים באהאנגען מיט צעטליך צו מתפלל זיין פאר ר' ישראל אהרן קלעצקין . - בילד . (כל העולם כולו )
חרדישער ביליאנער פון ארץ ישראל ר' לוי לעוויעוו קויפט אפ אלטע ניו יארק טיימס געביידע אין טיימס סקווער אין מאנהעטן , פאר 525 מיליאן דאלער . (זשעי. פאסט )
אגודת ישראל מיט ארויסזאג קעגן עליאט ספיצערס פלאן צו לעגאליזירן געי אישית . (ישיבה וועלט )
קאבאליסטען אין מיליטער וועלן זיך צאמקומען דעם ל"ג בעומר אין ירושלים . (זשעי. פאוסט )
מזרחי - רעליגיעזע ציונים פארטיי ערעפענט אירע ראנגן אריינצונעמען מיטגלידער וואס זענען נישט רעליגיעז . (זשעי פאוסט )
חרדישע איינוואונער אין גאולה פאראייניגן זיך קעגן חרדישן בירגערמייסטער פארן נישט רעגולירן ביזנעסער אין גאולה. (ען.אר.זשי. )
גמ"ח צו פארבארגן הארטע אייער אום שבת , פאר די וואס האבן פארגעסן צו קאכן . (בח"ח )
ישראלישער מאפיאנער פאראורטיילט צו 12 יאר טורמע אין פלי בארגעין וואס וועט אים לאזן דאס דינען אין ארץ ישראל . (הארץ )
איראן אסרט אינטערנעט צוטריט צו וועב סייט וואס באהאנדלט אכמאדיניזשאדס האלאקאוסט לייקענונג . (אי.זשעי.פרעס )
אין ליכט פון די וויינאגראד קאמיטע : מדינת ישראל מיניסטאר פון די ארבעטער פארטיי , ערקלערט זיין רעזעגנאציע , זאגנדיג : איך קען נישט מער זיצן אין א ממשלה וואס אהוד אלמערט איז איר הויפט ! די רעזיגנאציע דראעט ארויסצושלעפן די גאנצע ארבעטער פארטיי פון די רעגירונג , וואס קען פירן צו פריע וואלן . (YNET)
מיטגליד אין ירושלימ'ער שטאט ראט , עפנט קאמף אראפצונעמען טעדי קאלעק 'ס נאמען פון אלע ציבור 'ישע אנטשטאלטן, נאך שוידערליכע אנטדעקונג אז ער איז געווען א מסור , וועלכער האט איבערגעגעבן אידן פון דער קעגנערישער אצ"ל פראקציע פאר דער בריטישע רעגירונג אין פאלעסטינע זיי צו הרג'נען . (ען עף צע NFC )
פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 5
פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מײ 10
מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 12
ארץ ישראל
פאול וואלפאוויטש רעזעגענירט ענדליך פון וועלט באנק נאכדעם וואס קאמיטעט טוט אים ריין -וואשן אז כאטשיג ער האט געבראכן די עטיק פון נישט שתדלן פאר אן אייגענער מיידל פריינט פאר א געלט רעיז , דאך האט ער עס געטאן אין גוטן כוונה און נישט אין בייזן ווילן . (עם.עס.ען.בי.סי. )
ארץ ישראל : געזונטהייט מינעסטעריום ערלויבט הארץ סוירזשען צוריקצוגיין אין שפיטאל אויפשניידען פאציענטען אן איינמעלדן זיי אז ער איז אנגעשטעקט מיט עידס . (וויינעט )
קאסאם ראקעטען רעיגן שטעלט זיך נישט אפ אין שדרות , שולע און בית הכנסת ווערט באטראפן. (ארץ ישראל מידיע מעלדונג )
ליל שישי אין בני ברק : געשלעגן צווישן ליטוואקעס און חב"דסקע . (בח"ח )
אידישיסטן פון ארץ ישראל רעדן זיך אפ אז עס איז נישט פארהאן קיין מאדערן 'ער עברית - אידיש ווערטער בוך . (אידיש תפוז )
בונט צווישן ליטוואקעס בראש ר' מלכיאל קאטלער מיט סאטמאר בראש פון ר' אהרן טייטלבוים וואקסט ווען ר' מלכיאל עסט בלויז קרית יואל שחיטה , און ר' אהרן ווערט געלאדענט צו רעדן דברי תורה ביי יארצייט סעודה פון ר' שניאור קאטלער ז"ל . (יודל שיין )
חידוש אין אמעריקע : האטעל מאכט איין שטאק בלויז פאר פרויען . (עי.פי. )
ישרא עיר לופטליניע וועט געבן היימישע שחיטה פון ר' בנימן גרובערס הכשר , פאר ביזנעס קלאס פאסאזשירן . (זשאואיש פרעס )
וויאליאמסבורג : קאנגרעסלייט , סענאטארן , פאליטיקער , לויער , ביזנעסלייט , אלעס קומט זיך צוזאמן זינגן און לויבן די אויפטוען פון ר' משה דוד נידערמאן פאר וויליאמסבורג אידענטום . (זשאואיש פרעס )
ש"ס פארטיי קריטיקירט זייער אייגן חבר הכנסת פאר פסקענען הלכה במקום ר' עבודיה יוסף אז א פרוי מען טאר נישט וויילן פאר א פרוי פרעזידענט 'קע פון ארץ ישראל . (זשעי. פאוסט )
ירושלים : חוץ לארץ 'דיגע קויפן אפ האלב פון די דירות וואס איז אויף די מארקעט אין צענטער פון שטאט . (גלאובס )
איזראעליס אינוועסטירן איבער 6 ביליאן דאלער אין חוץ לארץ . (גלאובס )
בית דין אנולירט גיור פון פופצען יאר צוריק, פסקענדיג אז די גאנצע משפחה געבוירן פון די גיורת פרוי זענען פאלנע גוים פונקט ווי איר. (זשעי. פאוסט )
ביל קלינטאן מיט ראש לימבאו אין איין רעסטוראנט . (כל העולם כולו )
מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 19
מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 26
עדה החרדית : אין ליכט פון פאליצייס גרינע ליכט פאר די געיז אנצוגרייטן זייער שטאלץ פאראדע אין ירושלים , טוט דער גאב"ד פון עדה החרדית ירושלים הרב יצחק טוביה ווייס , ווארענען די זיכערהייט כוחות פון ארץ ישראל אז זיי זאלן אויפבויען נאך טורמעס אין ירושלים ווייל די חרדים וועלן נישט איינרוהען און זיך לאזן ארעסטירן מאסן ווייז צו פראטעסטירן די פובליק גרויסהאלטערישע פאראדע פון תועבה לויט אים. (ען.עף.סי. )
ירושלים : שיסעריי צווישען אראבישע טאראריסטען מיט משמר הגבול , פארוואונדעט 2 משמר הגבולניקעס און דערהארגעט 3 אראבער . (זשעי. פאוסט )
נחל החרדי צייכענט אפ איר 2,000'טער מיטגליד רעקרוט פון שוואכע ישיבה בחורים אין זייער איינהייט . (וויינעט )
שדרות : נאך איינער טויט ווען קאסאם לענדט אויף זיין קאר . (וויינעט )
ארגענטינע : נייער בוך דערציילט שמוציגע סוד פון די ארטיגער אידישער קהילהס היסטאריע איבער א פארבאנד פון פימפס וואס האבן אנגעפירט מיט פרויען זנות האנדל אין אידישן בית הקברות . (וויינעט )
דאס ערשטע מאל דורכבראך אין וויסנשאפט פון העברעאישער אוניווערסיטעט וויסנשאפטלער וואס אבזערווירט מוח צעלן בשעת זיי אנטוויקלען זיך. (יורא אלערט )
וויליאמסבורג : דאבעליו. ען. וויי. סי. ראדיא דעקט אויף אז אלע געלטער פון שטאטישע פראגראמען , מיליאנען דאלארען , עלאוקירט צו העלפן די אלטע ארויסגעטריבענע איינוואונער פון געגענט זיך דורך די ארטיסטען און לוקסוסדיגע רייכע ניי-קומער, זיי צו העלפן זיך באזעצן פון דאס ניי אין אנדערע הייזער . - נאך נישט פארטיילט קיין פעני דערפון. (גאטהעם גאזעט )
יו.קעי. שפיאנאזש פאטאס פון היטלער פובליקירט . (עי. פי. )
נח'ס תיבה פון 5,000 יקר המציאותדיגע חיות אפגעפינען שווימען פון זיך אליינס אן קיין מענטשן דערויף אין א ים נעבן כינע . (גארדיען )
עסטאניע : נייער שול דערפענט צו אויפלעבן איר רייכע אידישע היסטאריע . (זשואיש עקפאונענט )
טלי פארקאש : שקר החן , אבער בלויז ביז שידוכים , דאן ווערט די שיינקייט א טעמע אפילו ביי חרדים . (וויינעט )
וויקיפעדיע : סטיווען קאלבערט האלט אפ אינטערוויאו מיטן וויקיפעדיע גרינדער און פרעזידענט פון וויקימעדיע פאונדאוציע , זשימי וועילס . - ליוו ווידיאו . (ניוז בלאגערס עי.או.על. )
חב"ד נוצט אלע מאדערענע מיטלען אין זייער קאנטראוועריסיאלע קירוב ארבייט ; פון איי.פאדס ביז ספאס . א באריכט פון וואשינגטאן אידישע אסימילאציע און וויאזוי בלויז חב"ד העלפט זיך קעגן שטעלן די כוואליעס וואס דראעט צו פארטיליקן די אידישקייט פון געגענט און ארום. (וואשינגטאן פאוסט )
מיטגלידער אויף א היברו אינטערנעט פארום , רוטער , מאכן חוזק פון די אידישע וויקיפעדיע . (רוטר. נט ).
וויליאמסבורג : קאנסטרוקציע ארבעט אויפן וויליאמסבורג ברידזש וועלכע האט זיך געזאלט ענדיגן קומענדיגן מאנאט , נאך יארן פאראורזאכן שווערע טראפיק פון און קיין מאנהעטן , וועט פארגעזעצט ווערן מיט נאך 18 מאנאטן ביז סוף יאר 08' פאר די קאסטן פון 80 מיליאן דאלער . (ניו יארק קאנסטראקשען ).
חרדישע אינגערמאן פון מאנסי געווינט 250 טויזנט דאלער פון מעגא מיליאן לאטערי , (155 נאך שטייערן), געקויפט ביי Gas on the Hill, 165 Route 59 . (ניו יארק לאטערי - וואס איז נייעס ).
קווינס סיטי קאנסולמאן פארלאנגט פון די קאסקא טשעין סטאר פירמע נעץ אנצוהויבן נעמען פוד סטעמפס , צו געבן א געלעגנהייט פאר שוואכע פארדינער צו געניסן פון ביליגע פרייזן פאר עסנווארג . (דעלי ניוס ).
ארץ ישראל : חיפה עירפארט וויל ווערן אינטערנאציאנאלער פליגערס טערמינאל סערוויס צענטער . (גלובס אונליין ).
יד לאחים באשולדיגט ארץ ישראל פאליציי אין מאכן א יד אחת מיט מיסיאנערן , און אוועקגעשיקט זייערע עקסנים אפילו ווען זיי האבן נישט געטון קעגן געזעץ , לויט זיי. (ערוץ 7 ).
ווידעא אויף יו טיוב וועבזייטל ווי בריטאניע הויפט רב , הרב יונתן סאקס , טאנצט ווילד ביי א חתונה , ווערט אראפגענומען. יו טיוב האט פארגעזען דאס ווי די פאפולערסטע אידישע ווידיאו קליפ . (AKN . בחדרי חרדים ).
ליסטע פון געשעענישן ביי מאנאט
2009 : יאנואר , פעברואר , מארץ ,
2007 : יאנואר , פעברואר , מארץ , אפריל , מיי , יוני , יולי , אויגוסט , סעפטעמבער , אקטאבער , נאוועמבער , דעצעמבער
2006 : יאנואר , פעברואר , מארץ , אפריל , מיי , יוני , יולי , אויגוסט , סעפטעמבער , אקטאבער , נאוועמבער , דעצעמבער