Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
שווארצע זענען טונקל-הויטיגע מענטשן וואס דער קאליר פון זייער הויט איז שווארץ. רוב מענטשן אין די וועלט זענען שווארצע, און לויט סייענטיסטן זענען אלע ווייסע אמאל געווען שווארץ, ווייל די גאנצע ספישיס קומט פון אפריקע, נאר די קלימאט אין אייראפע האט זיי קאליע געמאכט.
זיי זענען אלע פונעם אפריקאנער קאנטינענט.
די סיבה פארוואס די אפריקאנער אפשטאמיגע זענען טונקל-הויטיג איז צוליב דער זון. וויבאלד זיי געפונען זיך ביים מיטלפונקט פונעם עקוואטאר, ווי די זון איז פול שטארקער, זענען זיי שווארץ געווארן. נישט היינט נאר טויזנטער יאר צוריק.
ביז פאר 140 יאר צוריק זענען זיי געווען קנעכט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, זיי האבן ערשט באקומען פולע רעכט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אין זעכציגער יארן.
אין מדינת ישראל וואוינען ארום 150,000 שווארצע מענטשן, וואס באשטייט פון בלויז איבער 2% פון די גאנצע באפעלקערונג פון דעם פאָלק. רוב פון די, ארום 120,000, זענען עטיאפישע אידן וועלכע זענען געקומען אין די 1980ער און 1990ער יארן.
עס זענען נאך אלס דא אסאך געזעצן זיי צו באשיצן אז זיי זאלן האבן אייניגע רעכט.
עס איז דא וואס זאגן (אן א מקור) איז דאס צוליב דעם וואס זיי זענען אייניקלעך פון חם בן נח, נאכדעם וואס חם האט געשענדעט זיין טאטע נח ווען נח האט זיך אנגעטרונקען, האט אים נח געשאלטן אז זיינע אייניקלעך זיינע זאלן זיין קנעכט. אבער ר' יעקב לייזער דער רבי פון פשעווארסק האט נאכגעזאגט פין זיינע רבי'ס, אז די זאך איז א טעות, און נאר כנען בן חם איז געשאלטן געווארן נישט די אנדערע דריי קינדער כוש, מצרים, און פוט; אזוי ווי עס שטייט אין דער תורה
די אמאליגע שווארצע פלעגט מען רופן כושים, ווי עס קלאגט דער נביא ירמיהו (ירמיה י"ג) היהפוך כושי עורו, ונמר חברבורותיו.
לויטן מדרש רבה אין פרשת נח זענען זיי שווארץ צוליב דעם וואס זייער זיידע חם בן נח האט געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט זיין פרוי אין דער תיבה, וואס דאס איז געווען פארבאטן. אלס שטראף זענען זיינע אייניקלעך פארשווארצט געווארן. (בראשית רבה פרשה לה ז אמר רבי חייא בר אבא חם וכלב שימשו בתיבה לפיכך יצא חם מפוחם)
נישט נאר די גוים פון אפריקע זענען געווארן שווארץ, די פאלאשן אין וועמנס אדערן עס פליסן אידיש בלוט, זענען אויך פונעם זעלבן טונקלען קאליר. אידן פון תימנ'ער אפשטאם זענען אויך טונקעל-הויטיג, כאטש וואס זיי קומען נישט פון קאנגא אדער טשאד.
אמאל פלעגט מען ניצן קנעכט פון אלע פעלקער, נישט קיין חילוק ווייס אדער שווארץ. שפעטער האבן די ווייסע מענשטן אויפגעהערט צי ניצן קנעכט פין ווייסער באפעלקערונג, און מ'האט געניצט נאר קנעכט פון די שווארצע.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.