Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
אנטיסעמיטיזם איז האַס אנטקעגן אידן אלץ א רעליגיעזע גרופע, עטניציטעט, אדער ראסע. אנטיסעמיטיזם ווערט אנגעטייטלט אלץ דער גורם פאר מאסן מערדער און אויסערגעווענליכע אונטערדריקונגען פון אידן במשך פון די אידישע היסטאריע אין גלות.
דער טערמין שטאמט פון די ווערטער אנטי-שם. עס איז גענוצט געווארן צום ערשטן מאל אין 1879 דורך ווילהעלם מאַר, א דייטשער אידן פיינט, אין זיין בוך דער וועג צו זיג פון גערמאנטום איבער דאס אידנטום. מאַר האט גענוצט דעם טערמין אלץ א שענערע לשון פאר אידן-האס, אין פאַרהאַנג צו זיין מיינונג אז אידן, מיט'ן עקזיטירן אליין, באשטייען א סכנה פאר'ן דייטשן פאלק און זייער לעבנסגאנג און עטיק.
טראץ דעם וואס אראבער האלטן זיך אויך פאר אפשטאמיגע פון שם, ווערט דער טערמין נאר גענוצט לגבי פיינטשאפט פון אידן.
די דייטשן האבן געטענה'ט אז א יידישע מינאריטעט ווילן איבערנעמען די הערשאפט און אויסהרגענען מענטשן אזוי ווי די יידישע קאמוניסטן האבן געפירט אינעם סאוועטן פארבאנד. אלס ראיה דערצו האבן זיי געברענגט די יידישע פירער פון די לינקע אין דייטשלאנד, ראזא לוקסעמבורג מיט קורט אייזנער. אין דער זעלבער צייט האבן זיי אויך געטענה'ט אז יידן זענען קאפיטאליסטן וואס פארדרייען די וועלט כדי זיי זאלן פארדינען.
נאך א "טענה" וואס זיי האבן געניצט איז געווען די (געפעלשטע) פראטאקאלן פון זקני-ציון.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.