אלבערט איינשטיין
יידישער פיזיקער / From Wikipedia, the free encyclopedia
אַלבערט איינשטיין (דײַטש: Albert Einstein; י"ט אדר ה'תרל"ט - כ"ו ניסן ה'תשט"ו ; 14טן מערץ 1879 - 18טן אפריל 1955) איז געווען א אידישער פיזיקער וואס איז מערסט באקאנט פאר זיינע טעאריעס פון רעלאטיוויטעט: די ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט און די אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט. אין יאר ה'תרפ"א (1921) איז ער באלוינט געווארן מיט דער נאבעל באלוינונג פאר פיזיק. ער ווערט בארעכנט איינער פון די גרעסטע פיזיקער פון אלע צייטן.
געבורט |
14 מערץ 1879 אולם, Q159631, דייטשע אימפעריע |
---|---|
טויט |
18 אפריל 1955 (אלט 76) פרינסטאן, ניו זשערסי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פעלדער | פיזיק |
וואוינארט | דייטשלאנד, שווייץ, פאראייניגטע שטאטן |
פרעמיעס און פארערונג | נאבעל פריז פאר פיזיק 1921, קאפלי מעדאל |
זיווג | מילעווא מאריטש, עלזא איינשטיין |
הערות | ציריכער אוניווערסיטעט |
הויפט ביישטייערן | |
ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט פאטאצעלולארער עפעקט | |
איינשטיינס פילע ביישטייערונגען צו פיזיק שליסן איין זיין ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט אויסגעגליכן מעכאניק מיט עלעקטראמאגנעטיזם, און זיין אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס האט פארברייטערט דעם פרינציפ פון רעלאטיוויטעט צו אומאיינהייטלער באוועגונג, שאפנדיג א נייע טעאריע פון גראוויטאציע. זיינע אנדערע ביישטייערונגען זענען כולל רעלאטיוויסטישע קאזמאלאגיע, קאפילאריע טואונג, פראבלעמען פון סטאטיסטישער מעכאניק און זייער אנווענדונג צו קוואנטום טעאריע, די קוואנטום טעאריע פון א מאנאטאמישן גאז, די געאמעטראזיע פון פיזיק, און נאך.
איינשטיין איז געווען אין די פאראייניגטע שטאטן אויף א באזוך ווען היטלער האט איבערגענומען די מאכט אין דייטשלאנד אין 1933, און ער איז דערפאר נישט צוריקגעפארן קיין דייטשלאנד וואו ער איז געווען א פראפעסאר אין דער בערלינער אקאדעמיע פון וויסנשאפטן. אין 1940 איז ער געווארן אן אמעריקאנער בירגער. דעם 2טן אויגוסט 1939 האט אלבערט איינשטיין געוואנדן אין א בריוו צו רוזעוועלט אין וואס ער האט שטארק געווארענט וועגן דער מעגלעכקייט פון נאצי דייטשלאנד צו אנטוויקלען זייער קראפטיקע נוקלעארע וואפן, און ער האט רעקאמענדירט אז אמעריקע זאל אנהייבן פארשונג אין קערנפיזיק. דעם 7טן מערץ 1940 האט איינשטיין געשיקט רוזעוועלטן נאך א בריוו, כדי צו פרואוון מאכן גיכער פארוויקלעכן די אידעע.[1] רוזעוועלט האט אויפגעשטעלט א קאמיטעט וואס האט פינאנצירט די ערשטע פראבע פון יאדער-שפאלטונג אין קאלומביע אוניווערסיטעט אין ניו יארק. אין מיי 1942 האט מען אויפגעשטעלט דעם מאנהעטן פראיעקט וואס האט געארבעט אנטוויקלען נוקלעארע וואפן וואס זאל ברענגען א סוף צו דער מלחמה.
איינשטיין האט ארויסגעגעבן מער ווי 300 וויסנשאפטלעכע רעפעראטן. ער האט געשריבן וועגן אנדערע טעמעס, ווי סאציאליזם און אינטערנאציאנאלע באציאונגען.