הילף:אינפאקעסטל
From Wikipedia, the free encyclopedia
אן אינפֿאקעסטל איז א טאבעלע מיט א סטאנדארטן פֿארמאט וואס מען לייגט געוויינלעך אויבן אין דער לינקער זייט פון אן ארטיקל מיט א רעזומע פון געוויסע פרטים פון דעם ארטיקל.
צי מ׳זאל צולייגן אן אינפֿאקעסטל צו אן ארטיקל ווענדט זיך לויט דעם שיקול הדעת פון די רעדאקטארן וואס באשעפטיקן זיך מיטן ארטיקל; ס׳איז נישט קיין פליכט און נישט קיין איסור צוצולייגן אן אינפֿאקעסטל.