ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט
From Wikipedia, the free encyclopedia
די ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון אלבערט איינשטיין איז געבויט אויף דער טעאריע פון רעלאטיוויטעט פון גאלילעא לויט וואס באוועגונג איז אלעמאל רעלאטיוו. איינשטיין האט געענדערט די טעאריע פון גאלילעא בעיקר ביי הויכע גיכן. אריינגעבויט אין דער טעריע איז אז ליכט פארט שטענדיג מיט דעם זעלבן גיך, נישט קיין אונטערשיט ווי גיך פארט דער מענטש וואס טוט אים מעסטן. מען האט דאס באשטעטיגט אין דעם באוואוסטן עקספערימענט פון מיכאלסאן-מארלי.
איינער פון די קאנסעקווענצן פון דער טעאריע איז אז זאכן ווערן קירצער וואס גיכער זיי גייען. דאס טוט מען באמערקן נאר ביי גאר הויכע גיכן.
איינשטיין האט אויפגעטון אז צייט און פלאץ זענען פארבינדן איינס מיט אנאנד. און אז צייט איז רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס קען לויפן שנעלער אדער שטייטער ווי די צייט אויף א צוייטן פלאץ. לויט דער טעאריע קומט אויס אז צייט לויפט שטייטער פאר אוביעקטן וואס רירן זיך מיט א גרויסע שנעלקייט, רעלאטיוו צו אביעקטן וואס רירן זיך שטייטער.
א קאנסעקווענץ פון דער טעאריע איז אז מאס איז רעלאטיוו צו ענערגיע E=mc², און די מאטריאל קען פארוואנדלט ווערן צו ענערגיע צ. ב. נוקלעארע ענערגיע פון אוראניום אדער די זון שטראלן.