אוריאל וויינרייך
יידישער לינגוויסט / From Wikipedia, the free encyclopedia
אוריאל וויינרייך (23סטן מיי, 1926 - 30סטן מארץ, 1967) איז געווען א גרויסער וועלט באוואוסטער לינגוויסט אין קאלומביע אוניווערסיטעט. ער איז געבוירן אין ווילנא, (דאן איז דאס געווען אין פוילן היינט איז דאס די הויפטשטאט פון ליטע.) ער האט באקומען זיין דאקטאראט פון קאלומביע, און דערנאך ווייטער געשטיגן צו ווערן א לעקטאר דארטן, ספעצילעזירענדיג זיך אין יידיש שטודיעס, געזעלשאפט-לינגוויסטיק, און דיאלעקטיאלאגיע. ער האט געשתדלט די היינטיגע מער-אנגענומענע מהלך פון סעמענטיק, און ער האט רעדאקטירט די וועלט'ס איינפלוסרייכסטע יידיש-ענגליש ווערטערבוך וואס איז ארויסגעקומען אין יאר 1987 מיטן נאמען דער מאָדערן ענגליש-ייִדיש, ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך, ער איז שוין אבער געשטארבן פון קענסער אסאך יארן פריער נישט דערלעבנדיג איר פובליקאציע.
געבורט |
23 מאי 1926 ווילנע, פוילן | |
---|---|---|
טויט |
30 מערץ 1967 (אלט 40) ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
לערנארט | קאלומביע אוניווערסיטעט | |
ער איז א זון פון מאקס וויינרייך וואס איז געווען פון די גרינדער פון ייוו"א אינסטעטוט.
ער ווערט פארעכנט איבער די וועלט אלס דער טאטע פון די מאדערנע יידישיסטן, און אין פילע קאלעדזשן זענען דא קורסן צו לערנען אידיש מיט א ספעציעלע לערע טעכניק וואס טראגט זיין נאמען אוריאל וויינרייך שטודיע.