יידיש
שפראך פון אשכנזישע יידן / From Wikipedia, the free encyclopedia
ייִדיש, אידיש אדער יודיש, גערופֿן ביי אידן מאַמע לָשון, איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט פֿון ארום 1.5 מיליאָן יידן[1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿונעם אַשכנזישן אָפּשטאַם.
במשך פון מער ווי 800 יאר איז יידיש געווען דער מאמע לשון פון א היפשער טייל יידן אין אייראפע, בעיקר אין דעם 19טן און 20סטן י"ה וואס דאן איז יידיש געווען דער מאמע לשון פאר רוב יידן אין אייראפע און ביי די יידישע אימיגראנטן פון אייראפע אין אנדערע לענדער. אין יענער תקופה איז יידיש באנוצט געווארן אויף וואס א שפראך ווערט באנוצט, לשון קודש איז באנוצט געווארן נאר צו דאווענען און שרייבן תורה רייד, אבער אנהייב דעם 20סטן יאר הונדערט האט אליעזר בן יהודה מאדערנעזירט דעם לשון קודש און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש. דאן האט העברעאיש אנגעהויבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן פאלק וואס וואוינען אין ארץ ישראל און בעיקר האט זי איבערגענומען די יידישע שפראך נאך די צווייטע וועלט קריג.
בעת דער השכלה באוועגונג, אין סוף דעם 18טן יאר הונדערט, האבן יידן פארדייטשט זייער יידיש אין די לענדער וועלכע מען האט גערעדט דייטש, אבער אין מזרח אייראפע האבן יידן פארגעזעצט זיך צוצוהאלטן צו דער יידישער שפראך.
פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן אַרום 11 מיליאָן יידן גערעדט יידיש אלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָג רעדן יידיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ארץ ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז יידיש די ערשטע שפּראַך. צווישן 60 און 75 פראצענט פון די יידיש-רעדער זיינען פרומע רעליגיעזע יידן.[פֿעלט אַ מקור]
די יידישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז יידיש קומט פֿון דייטש). א גרויסער טייל פֿון ווערטער אין יידיש קומט פֿון דייטשער אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.
במשך פון די דורות האט זיך יידיש געטוישט, דאס הייסט די יידן פון איין עק וועלט ווי דייטש האבן נישט גערעדט די זעלבע יידיש ווי ליטע, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעאיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.
דער עלסטער זאץ געשריבן אין אידישן אויסלייג וואס מען ווייסט געפונט מען אריינגעשריבן אין דעם מחזור ווארמס (ה'ל"ב): ”גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא”. דאס באדייט "א גוטער טאג וועט זיין פאר וועמען עס וועט דאס מחזור אין שול טראגן".