Remove ads
רבי אהרן קארלינער From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי אהרן (דער גרויסער) פון קארלין זצ"ל (ה'תצ"ו - י"ט ניסן ה'תקל"ב) איז געווען דער מייסד פון דעם חסידישן הויף אין קארלין, ליטא (היינט בעלארוס).
רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תצ"ו צו זיין פאטער רבי יעקב מפינסק און זיין מאמע פערל.
רבי אהרן איז געווען א תלמיד מובהק פונעם מגיד רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי אהרן איז געווען דער ערשטער צו פארשפרייטן חסידות אין ליטא, און האט דארט אויפגעשטעלט א חסידישן הויף. דער מגיד האט געזאגט אז ווען רבי אהרן זאגט ערב שבת נאכמיטאג שיר השירים מיט זיין ספעציעלן ניגון, ווערט א טומל אויבן אין הימל, די מלאכים הערן אויף צוזאגן שירה, און נעמען זיך צוזאמען אויסצוהערן ווי רבי אהרן זינגט זיין ניגון. [פֿעלט אַ מקור]
רבי אהרן איז שטארק באוואוסט צוליב זיין ניגון "יה אכסוף" פון די שבת'דיגע זמירות וואס ער האט פארפאסט, און ווערט היינט געזינגען אומעטום.
טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט אין ברכת אהרן און דברי אהרן.
רבי אהרן איז נפטר געווארן י"ט ניסן (חול המועד פסח), ה'תקל"ב, אין בלויזן עלטער פון זעקס און דרייסיג יאר, זיין תלמיד רבי שלמה גאטליב איז געווארן זיין ממלא מקום.
פון זיינע קינדער:
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.