Remove ads
From Wikipedia, the free encyclopedia
רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער אלטער רבי פון חב״ד (י"ח אלול ה'תק"ה - כ"ד טבת ה'תקע"ג), דער גרינדער פון חב"ד חסידות. ער איז אויך באקאנט אויפן נאמען פון זיין ספר ווי דער בעל התניא.
געבורט |
15 סעפטעמבער 1745 בעלארוס |
---|---|
טויט |
26 דעצעמבער 1812 (אלט 67) רוסלאנד |
מדינה | פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט, רוסלענדישע אימפעריע |
קבורה ארט | האדיטש |
פאך | פילאסאף, רב, קאמפאזיטאר, פוסק |
אַמט | אדמו"ר |
רבי שניאור זלמן איז געבוירן ח"י אלול ה'תק"ה, אין דער אומגעבונג פון ליאזנא, (א קליין שטעטל אין רייסן לעבן וויטעבסק וואס האט דעמאלס געהערט צו פוילן), צו זיין פאטער הרב ברוך, פון די צדיקים נסתרים, א זעקסטער דור בן אחר בן פון דעם מהר"ל מפראג. (רבי ברוך איז געווען א זון פון רבי שניאור זלמן, א זון פון רבי משה, א זון פון רבי יהודה לייב, א זון פון רבי שמואל, א זון פון רבי בצלאל, א זון פון רבי יהודה ליואי דער מהר"ל מפראג). און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם.
ס'איז אנגענומען (מקובל) ביי חסידים, ווען רבי שניאור זלמן איז געווען א יונגל פון דריי יאר, האט דער בעל שם טוב געזאגט פאר זיינע תלמידים, “א הויכע נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, און זיין נאמען איז שניאור - ״שני אור״ - צוויי ליכטיקייטן וועט ער לייכטן, אין תורת הנגלה און אין תורת הנסתר”.
יונגערהייט, האט זיין פאטער גענומען פאר רבי שניאור זלמן, הרב יששכר בער (קאבלינקער) דער מגיד פון ליובאוויטש, אלס רבי מיט אים צולערנען, אבער ווען ער האט אנגעהויבן מיט אים צו לערנען, איז רבי יששכר בער איבעראשט געווארן פון זיין געוואלדיגן שארפקייט און וויסנשאפט, און געזאגט פאר זיין פאטער אז ער דארף נישט קיין רבין.
ביי זיין בר מצוה האבן די גרויסע לייט זיך אויסגעדריקט אויף רבי שניאור זלמן ״רב תנא הוא ופליג״.
אין יאר ה'תקכ"ד איז רבי שניאור זלמן געווען דאס ערשטע מאל ביי דעם מעזריטשער מגיד און איז געווארן פון די יונגסטע תלמידים פון מגיד. נאך דער פטירה פונעם מגיד אין יאר ה'תקל"ג איז רבי שניאור זלמן געווארן א תלמיד פון הרב מנחם מענדל פון וויטעבסק.
אין יאר ה'תקכ"ז איז רבי שניאור זלמן אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין ליאזנא, בעלארוס, ווי ער האט שפעטער אין די יארן ה'תקל"ג - ה'תקל"ח געגרינדעט זיין ישיבה.
אומגעפער אין יאר ה'תקל"ב האט רבי שניאור זלמן געגרינדעט דעם דרך החסידות חב"ד, ווען זיין רבי, הרב מנחם מענדל פון וויטעבסק איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל האט ער איבערגענומען די פירערשאפט פון דער גאנצער אומגעבונג.
אין יאר ה'תקל"ד איז רבי שניאור זלמן מיטגעפארן מיט זיין רבין מנחם מענדל פון וויטעבסק קיין ווילנא זיך צוטרעפען מיט דעם גר"א, דער גר"א האט אבער זיי נישט אויפגענומען. אין יאר ה'תקמ"ג איז פארגעקומען אן ערנסטער פארמעסט אין מינסק צווישן די צוויי זייטן.
אסרו חג סוכות אין יאר ה'תקנ"ט איז רבי שניאור זלמן ארעסטירט געווארן, און ער איז באפרייט געווארן י"ט כסלו. אסרו חג סוכות אין יאר ה'תקס"א איז רבי שניאור זלמן גערופן געווארן קיין פעטערבורג און י"א מנחם אב איז ער אריבער פון פעטערבורג קיין לאדי.
רבי שניאור זלמן איז נפטר געווארן אין דעם דערפעל פיענא, כ"ד טבת ה'תקע"ג, אין ער ליגט אין האדיטש.
ערב שבת י"ב מנחם אב ה'תק"ך האט רבי שניאור זלמן געהייראט מרת שטערנא א טאכטער הרב יהודה לייב סג"ל פון די אנגעזענע יידן אין וויטעבסק. זייערע קינדער:
א טייל פון זיינע ספרים האט רבי שניאור זלמן נאך אליין ארויסגעגעבן ביי זיין לעבן.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.