װיקיפּעדיע:דריי-מאל צוריקדרייען
From Wikipedia, the free encyclopedia
דריי מאל צוריקדרייען איז א פאליסי אין אלע וויקיפעדיע שפראכן צו פארמיידן איבעריגע און ענדלאזע עדיט מלחמות און קומן צו א שנעלע קאנסענסוס באשלוס שליכטונג עס זאל הערשן שלום און צוזאמענארבייט אין וויקיפעדיע.
- קיינער טאר נישט צוריקדרייען אן ארטיקל אדער א טייל פון ארטיקל מער ווי 3 מאל אין 24 שעה.
- א צוריקדריי מיינט צוריק דרייען די ארבייט פון די זעלבע שרייבער אויף דעם ארטיקל אפילו עס איז נישט די זעלבע אינהאלט וואס מען דרייט צוריק.
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס. |
פאליסיס |
---|
פרינציפן |
ארטיקל סטאנדארטן |
נייטראל |
צוזאמענארבעט מיט אנדערע |
זיך אויפפירן העפליך |
אויב איינער איז עובר אויף די פאליסי איז מעגליך ער זאל בלאקירט ווערן דורך אן אדמין פאר 24 שעה, און אפילו לענגער אויב עס איז נישט די ערשטע מאל.
די פאליסי איז נישט קיין רעכט צוריקצודרייען ווייניגער ווי 3 מאל אין 24 שעה יא פארקערט מען טאר קיינמאל צוריקדרייען סתם יענעם'ס ארבייט, זעה װיקיפּעדיע:צוריקדרייען.
געדענקט: איר זאלט אייביג און איר מעגט אייביג עדיטן און ענדערן וויפל איר ווילט (וכל המרבה הרי זה משובח...) אבער צוריקדרייען צו א פריערדיגע ווערסיע פון אן ארטיקל טארט איר נישט מער ווי 3 מאל אין משך פון 24 שעה.
געדענקט נישט צו זיין א סאקפאפעט און צוריקדרייען מיט אנדערע נעמען.