שמעון הצדיק
From Wikipedia, the free encyclopedia
שמעון הצדיק איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה, און דער ערשטער תנא וואס זיין נאמען ווערט דערמאנט אין דער משנה, ער איז געווען א כהן גדול אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, זיין נאמען ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות. ער איז געווען דער רבי פון אנטיגנוס איש סוכו, אין אָנהויב פון דער תקופה פון זוגות.