משניות
From Wikipedia, the free encyclopedia
משניות איז א זאמלונג פון הלכות פון די צייטן פון די תנאים רעדאקטירט דורך ר' יהודה הנשיא אין אנפאנג פון דעם 3טן יארהונדערט.
משניות איז איינגעטיילט אויף 6 סדרים, און יעדע סדר איז צעטיילט אין פרקים, און יעדע קאפיטל איז צעטיילט אין משנה'עס. דאס זיינען די 6 סדרים:
- סדר זרעים - פארטוט זיך אין הלכות בנוגע ערדפלאנצונג (11 מסכתות).
- סדר מועד - פארטוט זיך אין הלכות שבת און יום טוב (12 מסכתות).
- סדר נשים - פארטוט זיך אין הלכות קידושין און גירושין (7 מסכתות).
- סדר נזיקין - פארטוט זיך אין דיני ממונות און משפט (10 מסכתות).
- סדר קדשים - פארטוט זיך אין הלכות וועגן דער מקדש און וועגן קורבנות (11 מסכתות).
- סדר טהרות - העוסק בעניני טהרה (12 מסכתות).
דער אנפאנג פון דער ערשטער מסכתא איז:”מאימתי קורין את שמע בערבין: משעה שהכהנים נכנסין לאכול בתרומתן, עד סוף האשמורת הראשונה, דברי רבי אליעזר. וחכמים אומרין, עד חצות. רבן גמליאל אומר, עד שיעלה עמוד השחר.” (מסכת ברכות (פרק א'))