שבת
זיבעטע טאג פון וואך / From Wikipedia, the free encyclopedia
שבת (ארויסגערעדט שאַבעס) איז דער זיבעטער טאָג פון דער וואָך און איז א רוהטאג וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט און געהייליגט, און דאס געגעבן אלס געשאנק פאר זיינע אידישע קינדער, וועלכער איז א צייכן צווישן דעם אויבערשטן און די אידישע קינדער אז ער האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם זיבעטן טאג.
ס'איז מערקווירדיג אז דאס ווארט שבת האט נישט קיין איבערזעצונג אין אנדערע שפראכען, וואס צייגט אויף זיין אייניגקייט מיט דאס אידישע פאלק.