From Wikipedia, the free encyclopedia
פרקי דרבי אליעזר (אדער: פרקי רבי אליעזר, פרקים דרבי אליעזר, אין ראשי תיבות: פרדר"א או פדר"א) איז איינע פון די באוואוסטע מדרשים אויף דער תורה. דער מדרש ווערט געבראכט אין עטליכע גאונים און בעיקר אין א סאך ראשונים פון אייראפע און פון אפריקע וואס האבן געלעבט אין דער מיטל אלטער עפאכע. בדרך כלל איז געווען אנגענומען אז דער תנא ר' אליעזר בן הורקנוס און זיינע תלמידים האבן מחבר געווען דעם ספר.[1] אבער היינט האלטן אלע חוקרים אז דער מדרש איז נתחבר געווארן אין די צייט פון די גאונים און דעם 8טן יארהונדערט אומגעפער. עס איז דא פארשידענע דרשות וועגן מוסלעמענער און וועגן דעם איסלאם.
דער מחבר פון דעם ספר האט געלעבט אונטער דעם איסלאם. אזוי ווייזט זיך אויס פון פארשיידענע דרשות וולעכע ווערן געבראכט אין דעם מדרש:
יום טוב ליפמאן צונץ ערקלערט אז דער בנין בהיכל מיינט אט דער גאלדענר קופאל (אין ענגליש: The Dome of the Rock אין הברעיש: כיפת הסלע).וולעכער איז געבויט געווארן דורך עבד אלמלכ אין יאן 688 - 692). אויב מ'קלערט נישט אז דאס איז געשריבן געווארן דברי נבואה איז פון דא א שטארקע ראיה אז דער ספר איז נתחבר געווארן נאך אט די יארן.
די ערשטע צוויי פרקים פון דעם חיבור געבן איבער די געשיכטע ווי רבי אליעזר בן הורקנוס איז געקומען נאנט צו דער תורה. די פרקים געפונען זיך אין מדרש אבות דרבי נתן אין דעם זעלבן נוסח כמעט אות באות. צוליב דעם קלערן א סאך פארשערס אז די פרקים זענען נישט ארגינעל אין פרקי דרבי אליעזר. אבער אין אלע כתבי יד פון דעם מדרש געפונט זיך די צוויי פרקים. צוליב דעם און צוליב אנדערע ראיות האלט טרייטל[2] אז עס איז מעגלעך אז די פרקים זענען העכט ארגינעל און דער מחבר פון פרקי דר' אליעזר ער אליין האט געבראכט די פרקים פון אבות דרבי נתן צום אנפאנג פון זיין ספר.
די פארשערס וולעכע האלטן אז די ערשטע צוויי פרקים זיינען נישט ארגינעל אין דעם חיבור ערקלערן אז דער מדרש האט באקומען זיין נאמען "פרקי דרבי אליעזר" צוליב די ערשטע דרשה אין דעם דריטן פרק (= אייגנטליך דער ערשעטר פרק לויט די פארשערס) וועלכע ווערט געברכאט אין ר' אליעזר'ס נאמען: "ר' אליעזר בן הורקנוס פתח מי ימלל גבורות ה'...", און אזוי ווי דער שטייגער אין די מיטל אלטער עפאכע צו א נאמען געבען א ספר נאך דער ערשטער חכם וואס ווערט אין אים דערמאנט.
יום טוב ליפמאן צונץ האט געפונען אז עס פעלט לכאורה פארשידענע טיילן פון דעם ספר. ער האט געבארכט דריי שטארקע ראיות צי די השערה:
ס'פעלט ראיות אז אן אבל און א מצורע ברויכן שבעה !
אבער נאר אכט פון די צען ווערן דערמנאט און די לעצטע צוויי פעלן.[3]
בנוגע צו פרק מו א און צו פרק נא, האט צונץ משלים געווען דער סטוקטור מדעתו, אין דעם לשון: 'סלח בסוף פרק מו... גאולה פרק נא'. אבער קיין כתב יד בראכט נישט א חתימה פון ברכות שמונה עשרה אין די פלעצער. [4]
רד"ל האט גענפונן נאך א שטארקע ראיה צו די טענה אז ס'פעלט חלקים פון דעם חיבור, און דאס איז זיין לשון:
רד"ל האט רעכט אבער ווי מיר וועלן באלד זען ס'פעלט א סאך ווייניקער וי רד"ל האלט.
רד"ל איז געגאנגן און גפארשט און געזוכט נאך די פארלוירענע פרקים, און האט געפונן אז ס'דא פארשידענע ציטאטן פון פרקי דרבי אליעזר אין ספרים פון די ראשונים אבער ביי אונזערע ספרים איז נישט דא קיין זכר פון דעם. פון דעם האט ער באדרינגט אז די ראשונים האבן מסתמא געהאט דעם פדר"א השלם. פארשידענע מחברים און חוקרים האבן מקבל געווען זיין דעה. נאך מער. רד"ל האט געפונן ציטאטן וולעכער דער רוקח און דער בעל ילקוט שמעוני רופן אן 'פר"א' ד.ה. פרקי דרבי אליעזר וולעכע געפונן זיך אין דעם ספר תנא דבי אליהו! רד"ל האט געפארשט דעם ענין און צו געקומן צו א מסקנה אז זיבן פרקים און סוף תנא דבי אליהו געהערן נישט באמת צו דעם ספר נאר זיי זענען באמת פון פרקי דרבי אליעזר! און אויך די דעה איז מער ווייניגער געווען אנגענומן ביי די מחברים און די חוקרים. טרייטל האט בודק געווען אלע ציטאטן און אלע כתבי יד, און ער איז געקומן צו די מסקנה, אז כמעט אלע ציטאטן זענען בטעות יסודם. און די זיבן פרקים און סדר אליהו זענען א באזונדער חיבור און ס'האט נישט קיין שייכות צו אונזערער פרקי דרבי אליעזר.
ס'איז גאר אונטרעסאנט אז די ערשטע דרוק פונעם ספר פעלט טאקע א עמוד אומגעפער. און אלע צענטליגע דרוקן פאלגענן נאך די דרוק. אין יאר תרס"ה האט וורטהיימר געפונען א כתב יד וולעכער ער האט מפרסם געווען פון דעם די לעצטע צווי פרקים. און דארטן איז יא פארהאנן די לעצטע עניין בשלמותו! און ס'איז דא דארטן נאך פארשידענע דרשות (זעט ווייטער). אבער די אנדערע צווי ראיות פון צונץ זענען לכאורה שטארקע ראיות.
די פראגע איז צי דער מדרש האט געהאט מער פרקים און דאס איז פארלוירן געגאנגען צי דער מחבר אליין האט נישט זוכה געווען צו משלים זיין דעם מדרש. צונץ האט זיך געצוויפלט איבער דעם פראבלעם אבער רד"ל (דער גרויסער קאמענטירער פון דעם מדרש) איז בדעה אז דער חיבור האט געהאט נאך פרשידענע חלקים וואס זענען פארלרוירן געגאנגן. טרייטל האט געזוכט און געפארשט אלע כתבי יד און ער איז בדעה אז דער מחבר האט פשוט נישט געענדיגט דאס ספר. די לעצטע דרשה פון דעם חיבור שטייט אזוי געשריבן:
דער מחבר האט באשלאסן צו ענדיגקן זיין ספר מיט א דרשה וועגן פלייסיגע ארבעטארערס, ד.ה. די אבות הקדושים, און ער גלייכט זיי צי צו פוילע ארבעטארערס, ד.ה. די קינדער. טרייטל קלערט אז מיט מסיים זיין דעם חיבור דווקא מיט די דרשה האט דער מחבר געוואלט מרמז זיין אז ער האט נישט געהאט כח צוענדיגן זיין ארבעט. [5]
ס'איז נישט לייכט צו געפונן די מקורות חז"ל וועלכע פרקי דרבי אליעזר האט מיט זיי זיך גענוצט ווייל דער מחבר ציטירט זיי נישט ווארט ביי ווארט נאר ער שרייבט איבער די אלטע טראדיציעס מיט זיין אייגענעם ספציעלן שפראך און סטיל. אבער משניות ציטירט דער מחבר ווארט ביי ווארט אין עטליכע ערטער. כאטש אונדזער חיבור איז אן ארץ ישראלדיקער, ווי ס'ווייזט זיך אויס פון די ארץ ישראלדיקע מנהגים, האבן פארשער באוויזן אז דער מחבר נוצט זיך אויך מיט דעם תלמוד בבלי.
איינע פון די גאר אינטערעסאנטע טראדיציעס וולעכע געפונן זיך אין פדר"א איז זיין פירוש אויף די "בני אלוהים" וועלעכע ווערן דערמאנט אין בראשית קאפיטל ו, פסוק א. האט אזוי שטייט געשריבן אין פדר"א פרק כב:
אבער אין מדרש בראשית רבה איז דער פירוש שטארק פארבאטן:
דער מפרש ר' יהודה טעהאדאר אין זיין פירוש מנחת יהודה בראכט אז דער פירוש אז מ'רעדט פון די קינדער פון די שופטים און די שרים (=דיינים) ווערט געבראכט אויך אין תרגום אונקלוס אבער אין די ספרים חיצונים ספר חנוך, ספר היובלים און צוואת ראובן איז 'בני האלהים' קומענטירט אזוי וי ביי אונדזער חיבור אז ס'מיינט אט די מלאכים וואס זיינען געפאלן פון הימעל. ד.ה. אז פרקי דר' אליעזר שטימט מיט די ספרים חיצונים אקעגן רבי שמעון בר יוחאי'ס הארבע ווערטער.
אינטערעסאנט איז די גאר שטארקע פאראלעלן צו דעם חיבור תרגום יונתן אויף דער תורה. די פארשערס האלטן אז אויך דער תרגום איז רעדאקדירט געווארן אין ארץ ישראל אין 8טן יאר הונדערט אומגעפער פונקט די זעלבע יארן ווי פרקי דרבי אליעזר. די חוקרים שפארן זיך ווער איז דער מקור אין ווער איז דער אפהענגיקער.
פרקי דרבי אליעזר איז פיל מיט אגדות און מדרשים פון די פריערדיגע מקורות. ד.ה. משניות, און אגדות פון מקורות חז"ל. אבער דער מחבר האט זיך אויך גענוצט מיט טראדיציעס פון די ספרים חיצוניים אין מיט אראבישע אגדות אויף ישמעאל.
רבנו תם שרייבט אין ספר הישר אז פדר"א איז איינע פון די פארלעסלעכע מקורות וואס פארשידענע יידישע מנהגים שטאמן פון דארטן.
כסא של אליהו ביי א ברית ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין פרקי דרבי אליעזר (סוף פרק כ"ט):
אזוי ווערט געבראכט אין פרקי דרבי אליעזר פרק מו (עמ' תכב-תכג):
רד"ל אויפן ארט ברענג פארשידענע ראשונים וועלכע ציטאטירן אונדזער מדרש מיט אן אנדער לשון. אזוי למשל שטייט און טור בשם פדר"א:
לויט דעם לשון פון טור, און אזוי ברענגען אויך אנדערע ראשונים אונדזער מדרש בלאזט מען שופר גאנץ חודש אלול, און נישט נאר ראש חודש.
אין פרק כט שטייט אזוי געשריבן:
אין דאס איז די היינטיגער מנהג אז מ'פארדעקט די ערלה אין א ביסל זאמט וועלכע מ'לייגט אריין אין א טעלערל.
גאר אן אינטרעסאנטע מעשה ווערט דערציילט אין פרק ל (עמ' רנב - רנג) וויאזוי אברהם האט באזוכט ישמעאל נאך וואס ער האט אים געמוזט פארטרייבן צוליב שרה:
פארשידענע חוקרים האבן געפונען פאראלעלן צו דער מעשה אין איסלאמישע מקורות. נאך מער איז אינטרעסאנט אז די נעמען 'עיישה' און 'פאטמה' זענען געבונדן צו מוכאמאד דער פערפאסער פון איסלאם. עיישה – זיין פרוי, און פאטימא – זיין טאכטער.
די אלטע יידישע ספרים צ. ב. ש. משנה, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, מדרש בראשית רבה, מדרש תנחומא האבן אסאך חכמים גענומען א טייל אין די ארבעט דערפון. און ווען מ'זאגט למשל אז רבי יהודה הנשיא האט מחבר געווען די משניות מיינט מען נישט אז ער האט די ערשטע מאל געשריבן די משניות פון א ביז ת. רבי האט געהאט פאר זיך פארשידענע אלטע משניות פון פראשינדענע דורות אין האט פון דעם געבויעט זיין חיבור. אבער די משניות, און דאס זעלבע זאך און בבלי, ירושלמי א. א. וו. זיינען מחובר געווארן בשותפות מיט אסאך חכמים. אבער פרקי דרבי אליעזר איז אייענע פון די ערשטע מדרשים וולעכער מ'קען זאגן אז א יחיד האט געשריבן דעם ספר. אזוי ווייזט זיך אויס פון דעם לשון און פון דעם סטיל פון דעם ספר. אפילו ווען מיר טרעפן פאראלעלן אין פריערדיקע מדרשים איז דער לשון אין סטיל ספציעל אין אנדערש פון זיינע אלטע מקורות.
פדר"א אנטהאלט 54 פרקים. אבער די דרשות פאלגן נישט נאך די סדר הפסוקים פון די תורה. דער מחבר דערציילט און דרשן'ט איבער די תורה מיט זיין אייגענם לשון (אין העבראיש: מקרא משוכתב, אין ענגליש: re-writen bible) ענדליך אביסל צי דעם סטיל פון ספר הישר.
דער סטיל פון דעם ספר איז ספעציעל און גאנץ אנדערש פון אנדערע מדרשים. אין פארשידענע פלעצער איז דער סגנון הלשון נאנט צו דעם סטיל פון תנ"ך און צו דעם סטיל פון פיוטים. צ. ב. ש. א פרוי ווערט אנגערופן 'עזר'. אין סוף פרק כ רעכנט דער מחבר אויס די פיר פארן וואס זענען באערדיגט אין מערת המכפלה אזוי:
דער מחבר פון דעם ספר בראכט דא און דארט פארשידענע טראדיציעס וואס זייער אפשטאם איז נישט קלאר. אטייל דערפון זיינען קעגן די הלכות פון חז"ל. אין פרק יז רעדט דער מחבר ארום פון די חשיבות אין די גרויסקייט פון גמילות חסדים און אין די ענדע פון דעם פרק ווערט דערציילט וועגן שלמה המלך'ס מעשים ביים בויען דעם בית המקדש, אזוי (עמ' קמט - קנ):
אבער אין משנת מדות ב ב שטייט געשריבן אזוי:
אט די משנה ווייסט גאר נישט פון אט די טראדיציע פון צוויי טויערן איינס פאר אבלים און איינס פאר חתנים. אזוי ווי רד"ל אויפן ארט האט שויו באמרערקט. פון וואנעט שעפט מחבר פדר"א די טראדיציע? עס איז מעגלעך אז דער מחבר ברענגט אראפ די מנהג פון זיין קהלה וולעכער מ'האט זיך געפירט מיט די אבלים און מיט די חתנים, און כדי צו מחזק זיין דעם מנהג דערציילט ער אז דאס איז שוין גאר אן אלטע מנהג פון שלמה המלך צייטן.
אין קאפיטל כ"ט שפעט פדר"א אויף ישמעאל און ער רופט אים "בן הערלה". דאס מיינט, אז ישמעאל איז געבוירן געווארן בעפאר אברהם אבינו איז געווען געמל'עט אין ער דרשנ'ט דער פסוק: וַעֲרַלְתֶּם עָרְלָתוֹ אֶת-פִּרְיוֹ(ויקרא יט כג) אזוי:
אזוי ערקלערט דער מחבר פאר וואס דווקא יצחק איז אויסגעוועלט געווארן צו זיין א קרבן אויף דעם מזבח און נישט ישמעאל ווייל ישמעאל איז "בן הערלה". לויט דעם קומט אויס אז די איסור פון ערלה איז אז מען דארף אראפ שניידן די פרוכט אין די ערשטע דריי יאר. די טראדיציע איז נישט לויט דער הלכה אבער עס פאסט צו דער טראדיציע וואס איז געבראכט ביי פילאן פון אלעקסנדריע און ביי ביי דעם קראי יפת בן עלי.[6]
אבער ס'קען גאר זיין אז מחבר פדר"א האט זיך גענוצט מיט אט דעם פירוש וועגן ערלה נישט ווייל אזוי איז געווען ביי אים די הלכה - נאר כדי צו שפטען פון ישמעאל'ן און אים אנרופען בן הערלה כאטש ער איז געמל'ט. ס'איז נישט דער ערשטע מאל וואס מ'קען געפונן אין פארשידענע מדרשים דרשות וועלכע שטימען נישט מיט הלכות חז"ל.
עס איז פארהאנען אסאך כתבי יד פון דעם מדרש און עס איז געדרוקט געווארן צענדליגע מאל. אין יאר תשס"ה (איבער געדרוקט נאך א מאל אין תשס"ו) איז ארויס א שיינע נייע מהדורה פון דעם מדרש מיט פירוש הרד"ל, פירוש רז"ו, אין נאך אין נאך, ביי זכרון אהרן. מ'דארף דאנקן די מהדירים אז זיי האבן צו געלייגט די לעצטע עמוד וואס איז אראפ געפאלן אין דעם ערשטן דרוק און עס איז הונדערטער יארן געדרוקט געוואן מיט דעם חסרון - ביז די מהדירים האבן מחזיר געווען עטרה ליושנה.
אבער טראטץ דער שיינקייט און א סאך ארבעט וואס עס איז ארייגעלייגט געווארן אין דער מהדורה איז געבליבן דארטן פארשידענע נוסחאות פון דעם צענזור. צום ביישפיל:
דער מדרש איז געווארן איבערגעזעצט צו לאטיין דורך ווילעם הענריקוס ווארסטיאוס (Willem Henricus Vorstius) אין יאר 1644, און אויף ענגליש (לויט א כתב יד) דורך דזשעראלד פרידלענדער (Gerald Friedlander) אין יאר 1916. פרידלענדער האט אויך קאמענטירט און צוגעגעבן ואריאציאנען און צוגלייכונגען צו פארשידענע מדרשים און אויך צו טראדיציאנען וואס געפונען זיך אין די ספרים חיצונים. אין יאר 1983 האבן מארק-אלן וואקנין (Marc-Alain Ouaknin) און עריק סמילעוויטש (Eric Smilévitch) איבערגעזעצט דאס ספר צו פראנצויזיש. מיגעל פערעס פערנאנדעס (Miguel Pérez Fernández) האט איבערגעזצט צו שפאניש אין יאר 1984. אין יאר 2004 צו דייטשיש דורך דאגמאר בערנער-קליין (Dagmar Börner-Klein) אין בערלין.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.