פארווערטס
From Wikipedia, the free encyclopedia
דער פֿאָרװערטס איז אַ ייִדישע צײַטונג זייט ה'תרנ"ז, װאָס דערשײַנט אין ניו־יאָרק.
די צײַטונג איז געגרינדעט געוואָרן דעם 22סטן אַפּריל, 1897, און האָט תּמיד געקעמפֿט פֿאַר סאַציאַלער גערעכטיקייט, געהאָלפֿן דורות אימיגראַנטן זיך צוגעוווינען צו דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און געווען די ערשט צו דרוקן וויכטיקע נײַעס־אַרטיקלען אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם ערשטן רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, האָט דער "פֿאָרווערטס" מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דאָס קול פֿונעם ייִדישן אימיגראַנט.
אין די 1930ער יאָרן איז דער "פֿאָרווערטס" געוואָרן איינע פֿון די בעסטע טאָג־צײַטונגען אין אַמעריקע מיט אַ טיראַזש וואָס האָט דערגרייכט 275,000 קאָפּיעס. דער "פֿאָרווערטס" האָט געהאַט אַ השפּעה אין דער גאַנצער וועלט און אַפֿילו אינעם "ווײַסן הויז" אין וואַשינגטאָן. נאָך טויזנטער מענטשן האָבן זיך צוגעהערט יעדן טאָג צו דער "פֿאָרווערטס"־ראַדיאָ־סטאַנציע "WEVD". אינעם "פֿאָרווערטס" האָבן זיך געדרוקט שרײַבערס פון דער ייִדישער ליטעראַטור, צווישן זיי: מאָריס ראָזענפֿעלד, שלום אַש, אַבֿרהם רייזען, דוד בערגעלסאָן, י. י. זינגער, חיים גראַדע און די נאָבעל־לאַורעאַטן י. באַשעוויס און אלי וויזעל.
דער "פֿאָרווערטס" איז הײַנט אַ וואָכנצײַטונג, וואָס דינט ווי די הויפּט־פּובליקאַציע פֿאַרן ייִנגערן דור ייִדישע שרײַבערס. באָריס סאַנדלער, וועלכער איז געוואָרן הויפּט־רעדאַקטאָר אין 1998, האָט איבערגעמאַכט דעם "פֿאָרווערטס". איצט איז דער "פֿאָרווערטס" געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַל־אָנערקענטע צײַטונג מיט אַ הויכן סטאַנדאַרד פֿון פּאָליטישער און קולטורעלער קריטיק, וואָס ציט צו לייענער פֿון אַ סך לענדער. יונגע רעדאַקטאָרן און שרײַבערס העלפֿן צו פֿאַרהײַנטיקן די צײַטונג. די "פֿאָרווערטס"־ראַדיאָ־שעה קען מען ווײַטער הערן יעדע וואָך און אויף דער אינטערנעץ.
זי איז אמאל געווען אַ גרויסע ײַדיש רעדענדיגע טאג צייטונג אין אמעריקע. היינט צו טאג איז דער פארווערטס א וואכן צייטונג. זײַ האבן אויך אן ענגלישע אויסגאבע, "דהי פֿאָרוואָרד", וואס דינט זײַער ליבעראלער אגענדע און לעבן־אויסקוק.
זײַן היינטיגער רעדאַקטאָרשע איז שרה רחל שעכטער, טאכטער פונעם לינגוויסט ד״ר מרדכי שעכטער; דער אסיסטענט־רעדאקטאר איז איציק גאָטעסמאַן.