יצחק הירש באשעוויס (בת שבע'ס) זינגער (21סטן נאוועמבער 1902 - 24סטן יולי 1991) איז געווען א יידישער שרייבער, געווינער פונעם נאבעל פריז אויף ליטעראטור אינעם יאָר 1978.
געבורט |
14 יולי 1904 פוילן |
---|---|
טויט |
24 יולי 1991 (אלט 87) סורפסייד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, פוילן, רוסלענדישע אימפעריע |
אונטערשריפט | |
ער האָט געשריבן עטלעכע לאַנגע ביכער, װאָס זענען דערשינען אין דער צײַטונג פֿאָרװערטס, ווי אויך דערציילונגען פאר קינדער וועלכע זענען תיכף איבערגעזעצט געווארן אויף ענגליש און ניטאמאל געדרוקט געווארן אין זייער ארגינעלער פארעם.
אזוי איז אויך געווען מיט אסאך פון זיינע ביכער, וואס אפילו בשעת ער האט דאס געשריבן האט מען דאס שוין איבערגעזעצט – טיילמאל ער אליין. ער האט אבער פארט קודם אלעס געשריבן אין זיין מוטער־שפראך.
זיינע ביכער אינעם ארגינעל זענען אביסל שווער צו באקומען, זינט מ'קען עס נישט לייענען אויפן געוועב צוליעב קאַַפּי-רעכטן און זיינע יורשים האבן נישט קיין אינטערעס זיי איבערצודרוקן.
ביאגראפיע
זינגער איז געבוירן געווארן דעם 21סטן נאוועמבער 1902 אין לעאנצין, קאנגרעס פוילן. זיין פאטער איז געווען א רב אין ווארשע און אן אייניקל פון דער בארימטער נגידה טעמערל.
ער איז געווען דער יונגערער ברודער פונעם יידישיסטישן שריטפטשטעלער ישראל יהושע זינגער.
ער איז געווען א שטאלצער וועגעטאריער און אפט געשריבן אויף דער טעמע אין זיינע ביכער.
זיינע ביכער
יידיש
- אהרן צײטלינס עסײען
- גימפּל תּם
- די פאמיליע מושקאט
- די נאבעל רעדע, פארא שטראוס זשירו, ניו יארק, 1978
- די קלײנע שוסטערלעך
- דער בעל תשובה
- דער קונצנמאכער פון לובלין
- דער קנעכט
- דער שטן אין גאריי
- דער שפיגל און אנדערע דערציילונגען, יידישע ליטעראַטור, העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים, תשל"ה, תשל"ט
- ווען שלימואל איז געגאנגען קיין ווארשע
- מיין טאטנ'ס בית דין שטוב
- מעשיות פון הינטערן אויוון
- שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע
ענגליש
- An Isaac Bashevis Singer Reader
- a young man in search of love, 1978
- Mazel and Shlimazel: or, The milk of a lioness, 1967
- Reaches of heaven,1980
ביכער וועגן אים און זײַן לעבן
- Conversations with Isaac bashevis singer, richard burgin
- singer: an album, ilan stavans, 2004
וועבלינק
- זיין רעדע בעתן באקומען דעם נאבעל פריז: פארוואס ער שרייבט אין א טויטער שפראך
- פֿרייע װערסיע פֿון ״פֿון אַ װעלט װאָס איז נישטאָ מער״
Wikiwand in your browser!
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.