צייטונג
From Wikipedia, the free encyclopedia
אַ צײַטונג, (זשורנאל אדער טאגבוך) איז אַ אויסגאַבע רשימה, וואס איז ווי א טעגליכע וויסן- בוך וואס בריינגט אקטועלע נייעס פון איבער די וועלט און נאך ידיעות. די בלעטער, אינפֿאָרמאַציאָן און אַנאָנס ענטהאַלט; ווערט געווענליך געדרוקט אויף ספעציעלע אייגנארטיגע ברוינע פאָפיר וואָס איז היבש ביליגער צו ערצייגן, און ווערט גערופן "צײַטונג פאַפיר".
צייטונגען זענען די ארגינעלע פארעם פון ברייטבאנד קאמוניקאציע וועלכע גייט צוריק הונדערטער יארן און אפשר נאכמער. אין דער היינטיגער וועלט איז קאמוניקאציע א גרויסער טייל פון דער געזעלשאפט און קומט אין צענדליגער פארמען ווי: טעלעפאנס, סעליולער, פעקס, ראדיא, טעלעוויזיע, און אינטערנעט. איידער די אלע זאכן זענען געווען אויף דער וועלט, האט מען זיך באנוצט מיט צוויי קאמוניקאציע מיטלען און זיי זענען געווען צייטונגען און בריוו. שפעטער האט מען אויסגעטראפן די טעלעגראף וועלכע האט פארשנעלערט די קאמוניקאציע פון וויכטיגע מעסעדזשעס.
צייטונגען זענען שטענדיג געווען די ביליגסטע און גרינגסטע וועג ווי אזוי צו פארשפרייטן נייעס, ארטיקלען, מיינונגען, און רעקלאמירן געוויסע פראדוקטן צו מאסן מענטשן. צייטונגען זענען פון אנהייב געשריבן געווארן מיט דער האנט, און שפעטער האט מען דאס געדרוקט אין א דרוקעריי מיט גרויסע זיגלען, און היינט ווערט די גאנצע ארבעט געטוהן דורך דעם קאמפיוטער. צייטונגען זענען שטענדיג געשריבן געווארן אין שפראכן וועלכע די מערסטע לייענער האבן גערעדט און דאס מאכט זיי נאך היינט אינטערעסאנט ווען מען קוקט אין זיי.