עריס
קארליק-פלאנעט אין זון-סיסטעם / From Wikipedia, the free encyclopedia
עריס (סימבאל: )[1] איז א קארליק-פלאנעט און און א טראנס־נעפטון אביעקט (TNO).[2] עריס איז דער צווייט-גרעסטער באוואוסטער קארליק-פלאנעט אין דער זון-סיסטעם. ער איז א "צעזייטער דיסק אביעקט" וואס געפינט זיך אין דעם קויפער-פאס, נאך ווייטער ווי פלוטאן. עריס ארביטירט די זון איין מאל יעדע 557 ערד יאר[3] אין אן עליפטישן ארביט, וואס איז געבויגן מיט א ווינקל פון 44° צווישן דעם ארביט־פלוין פונעם פלאנעט און דעם עקליפטיק,[4] וואס איז דער ארביט־פלוין פון דער ערד. עריס האט איין לבנה דיסנאמיע.