From Wikipedia, the free encyclopedia
די זון־סיסטעם באשטייט פון דער זון און די אנדערע הימלישע אביעקטן וואס זענען געבונדן צו איר דורך גראוויטאציע: די אכט פלאנעטן, זייערע 166 באוואוסטע לבנות,[1] פינעף קארליק-פלאנעטן: (צערעס, פלוטאן און עריס מיט זייערע פיר באוואוסטע לבנות, האאומעא און מאקעמאקע); און ביליאנען קליינע גופים. די לעצטע קאטעגאריע שליסט איין אסטערוידן, קויפער פאס אביעקטן, קאמעטן, מעטעאראָיִדן, און צווישנפלאנעטישן שטויב.
די זון איז א שטערן וואס נעמט אריין כמעט די גאנצע מאסע (99.9%) פון דער זון־סיסטעם; און פון וואס בלייבט איז דער גרעסטער טייל פון דער מאסע אין יופיטער. צוליב דער גרויסער מאסע פון דער זון ווערט געשאפן א שטארקע גראוויטאציע־קראפט וואס האלט אלע אנדערע גופים אין דער סיסטעם אויף די ארביטן ארום דער זון.
די זון־סיסטעם באשטייט פון דער זון, פיר ערדישע אינעווייניקסטע פלאנעטן, דעם אסטערויד פאס צווישן מאדים (מארס) און יופיטער וואס איז כולל שטיינער, פיר גאז ריזן אויסערווייניקסטע פלאנעטן, און א צווייטער פאס, דער קוּיפּער פאס, וואס איז צונויפגעשטעלט פון אייזיקע גופים. ווייטער פונעם קויפער פאס איז דא נאך אייזיקער מאטריאל, וואס הייסט אָאָרט־וואָלקן.
זעקס פון די פלאנעטן האבן לבנות וואס ארביטירן ארום זיי. אויך האבן דריי קארליק-פלאנעטן לבנות.
ניקאליי קאפערניק איז געווען דער ערשטער וואס האט אנטוויקלט א מאטעמאטישע סיסטעם וואס באשרייבט די זון־סיסטעם און דעם מהלך פון דער ערד ארום דער זון. אין דעם 17טן יארהונדערט האבן גאלילעא גאלילעי, יאהאנעס קעפלער און אייזיק ניוטאן אנטוויקלט א פארשטאנד פון פיזיק ווי אזוי מען קען אפטייטשן אז די ערד און די פלאנעטן ארביטירן ארום דער זון לויט די זעלבע געזעצן פון מעכאניק וואס זענען נוהג אויף דער ערד. מיט דער ערפינדונג פונעם טעלעסקאפ האט מען אנטפלעקט נאך פלאנעטן און זייערע לבנות.
די זון־סיסטעם איז פאראן אינעם אריאן ארעם 26,000 ליכט־יאר ווייט פונעם צענטער פונעם מילכיקן וועג.
לויט זייער ווייט פון דער זון:
די פלאנעטן זענען די גרעסטע אביעקטן וואס ארביטירן ארום דער זון. די ווייטערע פלאנעטן האט מען נישט געקענט זען איידער דער ערפינדונג פונעם טעלעסקאפ. קיין נײע פלאנעטן האט מען נישט געפינען נאך, אבער קליינע אביעקטן טרעפט מען נייע יעדע יאר. כמעט אלע פלאנעטן האבן לבנות וואס ארביטירן ארום זיי גענוי אזוי ווי פלאנעטן ארביטירן די זון. עס זענען פאראן כאטש 173 אזעלכע לבנות אין דער זון־סיסטעם.
ווען מען האט אנטפלעקט פלוטאן אין 1930 האט מען געהאלטן אז ער איז א פלאנעט, אבער אין 2006 האבן די אסטראנאמען וואס זענען צוזאמענגעקונען ביים אינטערנאציאנאלן אסרטנאמישן פאריין באשלאסן א דעפיניציע פון א פלאנעט לויט וואס פלוטאן האט נישט צוגעפאסט. האבן זיי דערפאר דעפינירט א נייע קאטעגאריע פון קארליק-פלאנעט, וואס פלוטאן פאסט דארט יא אריין, מיט נאך אנדערע הימלישע גופים.
דער הויפט באשטאנדטייל פון דער זון־סיסטעם איז די זון, א שטערן וואס אנטהאלט 99.86% פון דער מאסע פון דער זון סיסטעם; און פון וואס בלייבט איז דער גרעסטער טייל פון דער מאסע אין יופיטער. צוליב דער גרויסער מאסע פון דער זון ווערט געשאפן א שטארקע גראוויטאציע־קראפט וואס ציט אלע אנדערע קערפער אין דער סיסטעם צו ארביטן ארום דער זון.
די ארביטן פון די אלע פלאנעטן ליגן מער אדער ווייניגער אין איין פלוין וואס נען רופט דעם עקליפטיק, דער פלוין וואס אנטהאלט דעם ארביט פון דער ערד ארום דער זון. אלע פלאנעטן, קארליק פלאנעטן און כמעט אלע אנדערע אביעקטן אין דער זון־סיסטעם גייען ארום דער זון אין דער זעלבער ריכטונג: ווען מען קוקט פונעם צפון פאלוס פון דער זון זעט מען אלע פלאנעטן דרייען קעגנזייגערדיק.
קעפלער'ס געזעצן באשרייבן די ארביטן פון אביעקטן ארום דער זון. לויט די געזעצן פארט יעדער פלאנעט אויף אן עליפס וואס האט די זון ביי איין פאקוס. אביעקטן וואס זענען נענטער צו דער זון פארן גיכער ווייל זיי שפירן שטערקער די גראוויטאציע־קראפט פון דער זון. אויף אן עליפטישן ארביט ענדערט זיך די ווייט פון דער זון אין לויף פון יאר. דער נענטסטער פונקט צו דער זון ווערט גערופן דער פעריהעליאן און דער ווייטסטער פונקט דער אפהעליאן. די פלאנעטישע ארביטן זענען נאנט צו א קרייז, אבער קאמעטן, אסטערוידן און קויפער פאס אביעקטן האבן אפט שטארק עליפטישע ארביטן.
די זון, וואס אנטהאלט גאר דעם מאטריאל פון דער זון־סיסטעם, איז 98% וואסערשטאף און העליום. יופיטער און סאטורן אנטהאלט כמעט דעם גאנצן איבעריקן מאטריאל, און האבן אטמאספערעס וואס זענען 99% פון די צוויי עלעמענטן.
די ווייט פון דער ערד צו דער זון איז 1 אסטראנאמישע איינס (150,000,000 קילאמעטער), אדער AU. צום פארגרלייכן, דער ראדיוס פון דער זון איז AU 0.0047 (700,000 ק"מ). אזוי פארנעמט די זון , 0.00001% (10−5%) פונעם כמות פון א קיילעך מיט ראדיוס די גרייס פונעם ארביט פון דער ערד, אבער דער פארנעם פון דער ערד איז אומגעפער איין מיליאנסטל (10−6) פון דער זון. יופיטער, דער גרעסטער פלאנעט, איז 5.2 אסטראנאמישע איינסן (780,000,000 ק"מ) פון דער זון און האט א ראדיוס 71,000 ק"מ (AU 0.00047), און דער ווייטסטער פלאנעט, נעפטון, איז ווייט AU 30 (4.5×109 ק"מ) פון דער זון.
בדרך כלל וואס ווײטער איז א פלאנעט פון דער זון וואס ווײטער איז זיין ארביט פונעם ארביט פון דעם נעקסטן אביעקט נענטער צו דער זון. צום ביישפיל, ווענוס איז בערך AU 0.33 ווייטער פון דער זון ווי מערקור, ווי אבער סאטורן איז AU 4.3 אינדרויסן פון יופיטער פון יופיטער, און נעפטון ליגט AU 10.5 ארויס פון אוראנוס.
לויטן סדר פון ווייטקייט פון דער זון, זענען די ערדישע פלאנעטן, וואס באשטייען בעיקר פון שטיינער און מעטאל:
נאך דעם קומט דער אסטערויד פאס. דער גרעסטער קערפער דארט איז דער קארליק-פלאנעט צערעס.
די אויסערווייניקסטע גאז ריזן, וואס האבן א גאנץ גרעסערע מאסע ווי די ערדישע פלאנענטן, זענען:
די צוויי גרעסטע, יופיטער און סאטורן, זענען צוזאמענגעשטעלט מערסטנס פון וואסערשטאף און העליום; די צוויי דרויסנדיקע, אוראנוס און נעפטון, זענען אייז ריזן, מיט א סך וואסער, אמאניאק און מעטאן.
זעקס פון די אכט פלאנעטן און צווי פון די קארליק-פלאנעטן האבן נאטירלעכע סאטעליטן וואס ארביטן ארום זיי. מען רופט די סאטעליטן "לבנות" נאך דער ערד'ס לבנה, און יעדער איינער פון די אויסנווייניקסטע פלאנעטן איז ארומגענומען מיט פלאנעטישע רינגען פון שטויב און אנדערע פארטיקלען. אחוץ דער ערד, האבן אלע פלאנעטן נעמען פון גריכישע און רוימישע געטשקעס.
דער סדר פון ווייטקייט פון דער זון איז:
אסטראנאמען מעסטן דיסטאנצן אין דער זון־סיסטעם אין אסטראנאמישע איינסן (AU). אן אסטראנאמישע איינס איז גלייך צום דורכשניטלעכן ווייט צווישן דעם ערד־פלאנעט און דער זון, און איז גרויס 149,597,870 ק"מ. אזוי למשל, געפינט זיך פלוטאן ווייט 49.3 אסטראנאמישע איינסן פון דער זון ביי אפהעליאן און 29.7 אסטראנאמישע איינסן ביי פעריהעליאן, און יופיטער אעז ווייט פון 4.95 ביז 5.46 אסטראנאמישע איינסן דורכאויס זיין ארביט.
די אינעווייניגע זון סיסטעם איז דער ראיאן וואס באשטייט פון די ערדישע פלאנעטן און דעם אסטערוידן פאס.[2] די אביעקטן פון דער אינעווייניגער זון סיסטעם באשטיין בעיקר פון סיליקאטן און מעטאלן, און זענען פארהעלטמעסיק נאענט צו דער זון ; the דער ראויות פונעם גאנצן געגנט איז ווייניגער ווי דער דיסטאנץ צווישן די ארביטן פון יופיטער און סאטורן.
די פיר ערדישע אדער אינעווייניגסטע פלאנעטן האבן געדעכטע, שטיינערדיקע צונויפשטעלן, ווייניג אדער קיין לבנות, און קיין רינג סיסטעמען. זיי זענען צוזאמענגעשטעלט מערסטנס פון ברעכעדיגע מינעראלן, ווי די סיליקאטן, וואס שאפן זייערע סקארעס און צודעקן, און מעטאלן ווי אייזן און ניקל, וואס שאפן זייערע יאדערן. דריי פון די פיר אינעווייניגסטע פלאנעטן (ווענוס, ערד און מארס) האבן אטמאספערעס וואס זענען גענוג ממשותדיק צו גענערירן וועטער; אלע האבן טעקטאנישע אייבערפלאך אייגנשאפטן ווי שפאלט-טאלן און וואולקאנען.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.