דייטשער מאטעמאטיקער, אסטראנאם און אסטראלאג From Wikipedia, the free encyclopedia
יאהאַנעס קעפלער (דײַטש: Johannes Kepler; 27סטן דעצעמבער, 1571 – 15טן נאוועמבער, 1630) איז געווען א דייטשער מאטעמאטיקער, אסטראנאם און אסטראלאג. ער איז געווען טעטיק אין דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע פון דעם 17טן יארהונדערט, און ער איז שטארק באקאנט פאר די געזעצן פון פלאנעטארישער באוועגונג, אויף זיין נאמען. קעפלערס פארשונגען זענען געווען א פונדאציע פון אייזיק ניוטאנס טעאריע פון אוניווערסאלער גראוויטאציע.
פארטרעט פון יאהאנעס קעפלער אין 1610 | |
געבורט |
27 דעצעמבער 1571 ווייל, Q14277008, הייליגע רוימישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
15 נאוועמבער 1630 (אלט 58) הייליגע רוימישע אימפעריע |
פעלדער | אפטיק, אסטראנאמיע, מאטעמאטיק, מעכאניק |
וואוינארט | באדן-ווירטמבורג, בעהמען, אייבער עסטרייך |
הויפט ביישטייערן | |
קעפלער'ס געזעצן | |
קעפלער האט אנגעהויבן זיין קאריערע א לערער פון מאטעמאטיק אין א שולע אין גראץ, עסטרייך. שפעטער איז ער געווארן א העלפער צום אסטראנאם טיכא בראהע, און ענדלעך איז ער געווארן דער אימפערישער מאטעמאטיקער צו די קיסרים רודאלף דער צווייטער, מאטיאס, קייסער פון דער הייליקער רוימישער אימפעריע און פערדינאנד דער צווייטער.
ער האט אויך געארבעט אין דעם פעלד פון אפטיק.
Seamless Wikipedia browsing. On steroids.
Every time you click a link to Wikipedia, Wiktionary or Wikiquote in your browser's search results, it will show the modern Wikiwand interface.
Wikiwand extension is a five stars, simple, with minimum permission required to keep your browsing private, safe and transparent.