![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/4/47/Ovadya_Yosef.jpg/640px-Ovadya_Yosef.jpg&w=640&q=50)
עובדיה יוסף
From Wikipedia, the free encyclopedia
מרן הרב עובדיה יוסף (י"ב תשרי ה'תרפ"א, באגדאד, איראק - ג' חשוון ה'תשע"ד, ירושלים, ישראל)[1] איז געווען א חרדישער ספרדישער תלמיד חכם און פוסק, תלמיד פון הרב עזרא עטייה, און איינער פון די גייסטליכער פירער פון די ספרדישע געמיינדעס. פון תשל"ג ביז תשמ"ג האט ער געדינט ווי דער ספרדישער הויפט רב פון ישראל, דער "ראשון לציון", און ער איז געווען דער גייסטלעכער פירער פון דער ש"ס פארטיי.
![]() | |
געבורט |
23 סעפטעמבער 1920 י"ב תשרי ה'תרפ"א באגדאד ![]() |
---|---|
טויט |
7 אקטאבער 2013 (אלט 93) ג' חשוון ה'תשע"ד הדסה עין כרם שפיטאל, ישראל ![]() |
קבורה ארט |
סנהדריה בית עולם ![]() |
מדינה |
![]() |
לערנארט |
פורת יוסף ![]() |
באלאנג |
חרדים ![]() |
זיינע רביס | הרב שלמה עבו מערבי מייסד פון אוצרות התורה, הרב שמשון אהרן פאלאנסקי אטפעליקער רב, הרב יהודה צדקה, הרב עזרא עטייה, הרב יעקב חי ציון עדס, הרב גרשון לפידות, הרב צבי פסח פראנק |
פרעמיעס און פארערונג |
ישראל-פרייז ![]() |
חתימה |
![]() ![]() |
![]() ![]() |
ער איז געווען באוואוסט פאר זיין לייכטן שטאנדפונקט וואס ער האט גענומען אין הלכה, וואו ער פלעגט שטענדיג מקיל זיין, אפילו ווען דאס איבערוועגנדיקער מערהייט פון פוסקים זיינען מחמיר, א זאך וואס האט אים באווייטערט פון מערערע פרומע קרייזן, אויך פון צעווישן די ספרדישע.
ער איז געווען באוואוסט פאר זיינע שארפע רעמארקן, וואס האבן אסאך מאל ענטהאלטעט רעסיסטישע געדאנקען, קעגן אנדערע יידישע קרייזן און פרעזענלעכקייטן, איינרעכענענדיק רבנים אדמו"רים און מקובלים, ווי אויך קעגן ניט אידן, און זיינען אפט מאל קאנדעמנירט געווארן דורך אידישע ארגינעזאציעס ארום דער וועלט אלס האס רייד. זיינע אנההענגער און מיטגלידער פון זיין פארטיי פארטיידיקן אים, און ערקלערן אז ער האט זיך ניט געמיינט צו אנטשעפן מיט אנדערע, נאר אז זיין סטיל פון רעדן איז געווען א שארפע, און אז אזוי איז דער סטיל פון רעדן ביי די אפשטאמיקע פון אראבישע לענדער.
ער האט געלערנט אין דער ישיבה פורת יוסף אלס בחור אונטער הרב עזרא עטייה, און זיך געדרייט צווישן די קנאים אויס אומצוטרוי וואס די ערליכע ספרדים פון יענע צייטן האבן געהאט קעגן די ציונים פארן אפווישן זייער מסורה.
ער איז געווען פון די באוואוסטע בעלי השפעה אין ספרדישע קרייזן, מיט אומגעפער 11 מאנדאטן פון דער ש"ס פארטיי.