![cover image](https://wikiwandv2-19431.kxcdn.com/_next/image?url=https://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/6/6c/Csd2004koeln.jpg/640px-Csd2004koeln.jpg&w=640&q=50)
שטאלץ פאראד
מענטשן פון דור המבול / From Wikipedia, the free encyclopedia
דער שטאָלץ פּאראד איז א יערלעכער גאסן-פאראד (אויפמארש) וואס ווערט ארגאניזירט דורך האמאסעקסואלן, לעזביאנקעס, ביסעקסואלן און טראנסזשענדערס אין רוב גרויסע שטעט פון דער מערב וועלט איבער דער גארער וועלט . דער ציל מיט דעם פאראד איז צו דערקלערן דע-פאקטא, ליבעראליזירן, און נאנט-ברענגען דעם געדאנק פון דערלויבן דאס סעקסואלע צוזאמלעבן פון מענער מיט מענער און פרויען מיט פרויען.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/yi/thumb/6/6c/Csd2004koeln.jpg/320px-Csd2004koeln.jpg)
אין אנפאנג האבן אלע לענדער באשטימט א באזונדער טאג פאר דער שטאלץ פאראד. אבער זינד די 90קע יארן האט מען באשטימט דאס צו טון אין באזונדערע טעג, כדי זאלן אזעלכע זיך קענען מיטטיילן אין פארשידענע פאראדן.
אין אנפאנג איז דער פאראד געווען אויף א נעגעטיווער פראטעסט סטיל, אבער היינט זעט דאס אויס מער אלס א קארנאוואל וועלכע מען גייט מיט קאלירטע רוישנדיקע קליידער מיט מוזיק באגלייטונג, צו ארויסווייזן זייער שטאלץ מיט זייער סעקסולערע נייגונג און דאס לעגעטים מאכן פאר די מענטשהייט.