מאנצביל
From Wikipedia, the free encyclopedia
א מאַנצביל איז א זכר פון דעם באשעפעניש מענטש.
ווען ער איז געבוירן איז ער נאך א קינד. ווען ער הייבט אן צו גיין איז ער א יינגל. נאך דער בר מצווה (ביי יידן, ד"ה ווען ער איז אלט 13 יאר) הייסט ער א בחור, און ווען ער האט חתונה רופט מען אים א מאַן.
צו זיינע עלטערן איז ער א זון. צו זיינער קינדער איז ער זייער פאטער, צו זיינע אייניקלעך זיידע און צו זיינע אוראייניקלעך עלטער־זיידע.
א מאנצביל ירשנט אן X-כראמאזאם פון זיין מוטער און א Y-כראמאזאם פון זיין פאטער.