פרוי
From Wikipedia, the free encyclopedia
א פֿרוי איז א נקיבה פון דעם באשעפעניש מענטש.
![Thumb image](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/6/63/Pea.tsnua.jpg/220px-Pea.tsnua.jpg)
געוויינליך מיינט א פרוי א דערוואקסענע נקיבה, און א יונגערע רופט מען א מיידל, אבער אפטמאל רופט מען יעדע נישט-געהייראטע פרוי א ״מיידל״ אדער א ״מויד״.
א פרוי האט א טראכט אין וואס א קינד קען וואקסן. איר בעקן איז גרעסער ווי א מאנצביל כדי זי זאל קענען געבערן דאס קינד. א געוויינלעכע פרוי קען געבערן קינדער פון רייפונג ביז דער איבערגאנג (״מענאפויזע״).
דער קול פון א פרוי איז העכער ווי דער קול פון א מאנצביל. איר מוסקלען זענען אומגעפער 30% שוואכער פון א מאנצביל.